top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערשטע באזוך פון האד' מביאלא בקרב חסידיו אין שטאט בית שמש

פרייטאג פ' קרח • כ"ט סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שימי פ.‎

 

כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א איז פאריגע וואך אנגעקומען קיין בית שמש ווי די רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פונעם משמש בקודש און הויז בחור החתן שמחה גראס ני"ו וועלכע האט נאך געהאט די זכיה משמש זיין ביים פריערדיגן רבי'ן זצ"ל.


נאכן חופה איז די רבי שליט"א אנגעקומען אויף א ערשטמאליגע באזוך בבית מדרשו אינעם קריה החרדית אין בית שמש, ווי די רבי שליט"א האט געדאוונט מעריב ברוב עם אינאיינעם מיט די חברי הקהילה, נאך מעריב האט די רבי שליט"א אפגעראכטן א שולחן לחיים וואו עס איז פארגעקומען א סיום מסכתא בבא מציעא וואס איז געלערנט געווארן ביים טעגליכן שיעור אינעם שטיבל, די רבי שליט"א האט דערביי משמיע געווען דברות קודש לכבוד שמחת התורה.



bottom of page