top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבת בני אחים גם יחד • מרן האד' מוויז'ניץ וועט פראווען קומענדיגע שבת פ' יתרו אינאיינעם מיט ש"ב האד' מוויז'ניץ מאנסי

דינסטאג פ' בשלח • י"ג שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


יעצט נאכמיטאג איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן מטעם בית מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, אז די קומענדיגע שבת קודש פרשת יתרו וועט דער רבי שליט"א פראווענען א געהויבענע שבת אין שטאט מאנסי, בהיכל בית המדרש הגדול אין שיכון וויזניץ מאנסי, אינאיינעם מיט שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א.


ווי ברייט באריכטעט דא אויף בחצרות, גרייט זיך מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א אונטערצונעמען א מסע הקודש קיין חוץ לארץ אויפצורייבן ריזיגע סכומים צו דעקן די חובות פונעם גרויסן בנין בית ויזניץ אין שיכון ויזניץ בני ברק, ווען דורכאויס די וואכן פון פרשת יתרו און משפטים וועט דער רבי ארומפארן איבער די שטעט אין ניו יארק און ניו דזשערזי און מתרים זיין דעם ציבור חסידי ויזניץ וכל איש אשר נשאו לבו.


הערנדיג איבער דעם רבינ'ס באזוך אין ניו יארק, האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי טעלעפאנירט דעם רבי'ן און איינגעלאדנט צו קומען פראווענען א געהויבענע שבת בשבת אחים גם יחד אין שיכון וויזניץ מאנסי, נאך וואס דער ויזניצער רבי האט שוין עטליכע מאל געפראוועט א שבת אין גרויסן ביהמ"ד אין מאנסי, בחיים חיותו אינאיינעם מיט דודו הגדול הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע. היינט דינסטאג אינדערפרי האט דער וויזניצער רבי צוריקגערופן שאר בשרו דער וויזניצער רבי פון מאנסי, און באשטעטיגט אז ער וועט טאקע קומען פראווענען אינאיינעם א שבת קודש, דעם קומענדיגן שבת פרשת יתרו הבא עלינו לטובה.


די וועד העסקנים אין שיכון וויזניץ מאנסי זעצן זיך אצינד אויסצוארבעטן אלע דעטאלן, צו קענען אנטפאנגען דעם גרויסן ציבור געסט וואס איז ערווארטעט מיטצוהאלטן דעם גרויסן שבת, און אזוי אויך צוצולייגן א פלייצע פאר די גרויסע מגבית פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א צו דעקן די אסטראנאמישע קאסטן פונעם גרויסן בית המדרש אין קרית ויזניץ בני ברק.



Comentarios


bottom of page