דינסטאג פ' נשא א' - ד' סיון תשפ"ג | קול בחצרות
ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו וחסידים ברנה יגילו
געפילן פון התרגשות ביי טויזענטער חסידי בעלזא ברחבי תבל שטייגט העכער און העכער מיט יעדע פארבייגייענדע טאג, קומענדיג נענטער צום גרויסארטיגן שמחה בחצר המלכות, שמחת החתונה במעון הקודש פונעם ראש בית אב דער נשיא העדה ההולך לפני מחנה ישראל, כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א יאריך ה' ימיו ושנותיו בטוב ובנעימים.
לאנגע חדשים וואס טויזענטער חסידים איבער די גארער וועלט קוקן ארויס אויף דעם געהויבענעם טאג, בעידן משוש חדוותא ווען דער רב שליט"א וועט באשיינען על ראש שמחתו, און משפיע זיין לארץ ולדרים בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע, א שמחה אין בעלזא איז נישט קיין קלייניגקייט, קינד און קייט פרייען זיך מיט פון נאנט און ווייט, און יעדער בעלזא חסיד בכל מקום שהוא שפירט א פערזענליכע שמחה מיטן רב'ס א שמחה.
שטייענדיג שוין עטליכע חדשים וואס דער בעלזא רב שליט"א געפונט זיך אין א שוואכע געזונט צושטאנד, אין א מצב וואס מ'פרייט זיך שוין אויף וואס מ'האט יא, אז טראץ די שוואכע כוחות טוט דער רב שליט"א אריינקומען אין בית המדרש מדי שבת בשבתו לערוך בשולחן לחם חמודות. די געגועים ביי כלל חסידי בעלזא שטורעמט אסאך מער, ווען מ'קוקט ארויס מיטצוהאלטן א געהויבענע שמחה במעון הקודש, מיטן האפענונג אז דער רב שליט"א וועט בעזר השם באשיינען בראש המסובים, און מ'וועט קענען מיטהאלטן פון דערנאנט די עבודת הקודש כבשנים קדמוניות.
א חתונה אין בעלזא הויף רופט אויס שמחה וחדוה איבער די גאנצע וועלט, טויזענטער בעלזא חסידים פון אלע עקן וועלט גרייטן זיך אונטערצונעמען דעם לאנגן רייזע צו עולה רגל זיין קיין ירושלים עיר הקודש, לחוג את חג ה' און מיטהאלטן די געהויבענע שמחה בצל הקודש, א ריזן ציבור געסט קומען שוין אן אין די יעצטיגע טעג קיין קרית בעלזא ירושלים, צו וויילן אויף יום טוב שבועות בצל הקודש, און דערמיט ממשיך זיין די געוואלדיגע השפעות לקראת די ימי השמחה הממשמשים ובאים.
די גרויסע שמחת החתונה וועט געפראוועט ווערן במעמד אלפי ישראל, דעם קומענדיגן דינסטאג פרשת שלח בארץ הקודש, י"ז סיון הבא עלינו לטובה. עס וועט גיין אונטער די חופה נכדו חביבו פון כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א הבחור החתן פרי עץ חיים הרב ישראל מנחם נחום רוקח, א זון פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א בנו יחידו ויקירו פון בעלזא רב, און אייניקל ביי כ"ק הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א. מיט די כלה א טאכטער פון הרה''ג ר' אהרן בריעף שליט"א מרבני בעלזא אין אשדוד, איידעם ביי הרה"ג ר' חיים דוד שובאקס שליט"א חבר הביד"ץ דקהל מחזיקי הדת בעלזא.
די ימי שמחה ואורה וועט זיך אנהייבן מיטן שבת עלי' לתורה דעם קומענדיגן שבת פרשת בהעלותך בארץ הקודש, בתוככי קרית מלך רב קרית בעלזא ירושלים, שבת נאכמיטאג וועט דער רב שליט"א מעריך זיין שולחנו הטהור לכבוד די שמחה, און אויפדערנאכט ביי שלש סעודות וועט געפראוועט ווערן די שמחת הפארשפיל בתופים ובמחולות לכבוד די גרויסע שמחה בבית צדיקים.
אין די נאכפאלגענדע טעג וועט געפראוועט ווערן די סעודת עניים און סעודת החתן מאהל, ביז מ'וועט אנקומען צום שפיץ פון די ימי השמחה, די געהויבענע יום החופה דינסטאג פרשת שלח, ווען אלפי חסידי בעלזא בכל מקומות שהם וועלן איינרייסן און מעתיר זיין בתפילה ותחנונים בזכות די אבות הקדושים, למען בריאותו השלימה וחיזוק הכוחות פונעם מנהיג העדה און בעל שמחה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, למען יאריך ימים על ממלכתו בבריות גופא ונהורא מעליא.
די מעמד קבלת פנים וועט פארקומען אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא, נאכפאלגענדיג מיט די מעמד החופה ברחבת ביהמ"ד הגדול אויף רחוב דובר שלום. די סעודת החתונה און ריקודין קדישין וועט פארקומען אינעם גיגאנטישן ארענא סטעדיום אין ירושלים, וואו די עסקנים ארבעטן אצינד אויס די לעצטע דעטאלן מיט די פארוואלטונג אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב.
די געהויבענע שמחת החתונה עד אור הבוקר וועט נאכגעפאלגט ווערן מיט די שבעת ימי המשתה, א רייע שבע ברכות דורך די קהילה און מוסדות, וויכטיגע ארגענעזאציעס און נגידי ותומכי המוסדות, די צענטראלע שבע ברכות וועט אצינד צום ערשטן מאל זיין געווידמעט בלויז פאר אינגעלייט און בעלי בתים, און די אלפי בחורי הישיבות דחסידי בעלזא וועלן זיך נישט קענען באטייליגן צוליב מאנגל אין פלאץ.
א רייע מיטונגען קומען פאר אין די יעצטיגע טעג וואו צענדליגע עסקנים שליסן זיך אן ארויסצוהעלפן מיט די פארצווייגטע הכנות לקראת די שמחת החתונה, ספעציעל פארלאנגט זיך אצינד אסאך קאפ און מח אהערצושטעלן א פראקטישע וועג פארן ראש בית אב, דער רב זאל קענען אריינקומען און ארויסגיין גרינגערהייט, און זיך נישט דארפן מוטשען מיט איבריגע טריט, וואס איז גאר שווער פארן רב'ס געזונט צושטאנד.
מטעם העסקנים איז געמאלדן געווארן א ספעציעלע קאמפיין ווי אלע בעלזא חסידים בארץ ובגולה וועלן צושטייער געבן דרשה געשאנק לכבוד די גרויסע שמחה, און דערמיט אנטייל נעמען אין די אומגעהויערע הוצאות וואס אזא גרויסע שמחה קאסט אפ בדמים תרתי משמע. ספעציעלע טיקעט'ס וועלן געשאנקען ווערן פאר די אלע תומכים, און ספעציעל דעזיגנירטע פלעצער פאר די גרעסערע תומכים, וואס גיבן זיך אוועק למען הצלחת השמחה.
הנה ימים באים בקורות דברי הימים, צהלי ורוני יושבת בעלזא.
Comments