top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אייגענארטיגער מעמד סיום תלמוד ירושלמי דורך מקשיבי השיעור פון הגאון רבי שמואל דוד פריעדמאן שליט"א בעל שדה צופים

פרייטאג פ' ויקהל • כ''א אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

די הונדערטער מקשיבי השיעור פון דעם גרויסן גאון און מגיד שיעור מפורסם הגאון הגדול רבי שמואל דוד הכהן פריעדמאן שליט"א בעל שדה צופים האבן מיטגעהאלטן שעות של קורת רוח ביים אייגענארטיגן סיום אויף גאנץ תלמוד ירושלמי פארלאפענעם פורים המשולש אין בארא פארק.


די שיעור האט זיך אנגעהויבן מיט צען יאר צוריק אויפן דירעקטע בקשה פונעם שר התורה הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי זצוק"ל וואס וואו באקאנט האט רבי שמואל דוד זוכה געווען צו א זעלטענע נאנטשאפט ביים גאון זצ"ל און האט אויסגעדרוקט פאר רבי שמואל דוד עז רצונו אז ער זאל מפרסם זיין די לימוד ירושלמי דורכן פארלערנען שיעורים און ארויסגעבן זיינע וואונדערליכע ספרים שדה צופים אויך אויף ירושלמי.


רבי שמואל דוד האט טאקע מקיים געווען דעם גאון'ס בקשה און אנגעהויבן א טעגליכע שיעור אויף ירושלמי וואס איז מיטגעהאלטן געווארן דורך הונדערטער אידן איבער די גארער וועלט און אויך אנגעהויבן שרייבן פילע בענדער ספרי שדה צופים אויף ירושלמי.


אצינד נאך צען יאר ווען מעט האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ירושלמי און רבי שמואל דוד האט גומר געוועהן על המוגמר ארויסצוגעבן ספרי שדה צופים אויף אלע מסכתות אין ירושלמי איז בימי ההילולא פונעם שר התורה הגאון רבי חיים זצוק"ל געפראוועט געווארן א פייערליכע סיום דורך די הונדערטער מקשיבי השיעור, די גליקליכע מסיימים, טייל פון זיי וואס זענען געקומען צו פארן פון אנדערע שטעט און לענדער, בראשות די גדולי רבני בארא פארק וואס זענען געקומען ארויסווייזן כבוד התורה פאר אזא זעלטענע ערשיינונג אז אזויפיל אידן ענדיגן גאנץ ירושלמי.


ביים מעמד האט הגאון רבי שמואל דוד שליט"א געמאכט דעם סיום און הגה"צ רבי יצחק אייזיק טירנויער שליט"א אב"ד שומרי שבת האט אויפגעטראטן אלס נואם הכבוד. דערביי איז געהערט געווארן חרוזים דורך הר"ר יונתן שוווארץ הי"ו, און הר"ר שלמה יעקב וועבער.


Comments


bottom of page