top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ"ו תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

האד' מסקווירא אויפן וועג פונעם לופטפעלד צום סקווירא שטעטל מיט פאליצייאישע באגלייטונג צו קענען אניאגן א ברית פון אן אייניקל בעפאר די שקיעה.


האד' רבי יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא ביים איבערגעבן טרייסט וואונטשן פארן רעליגיעזע פירער פון די דרוזישע געמיינדע נאך די שרעקליכע ראקעט אטאקע דורך כיזבאללא אינעם דערפל מאדזשדעל שאמס.



האד' מראחמיסטריווקא אנקומענדיג די וואך אינעם היטרו לופטפעלד אין לאנדאן צום היסטארישן מסע ההצלה.

האד' מסאטמאר ביים עוסק זיין בלימוד התורה אינעם לופטפעלד אין אמסטערדאם אויפן וועג אונטערווענגס צום מסע הקודש צו די קברי אבות אין אייראפע.

אויפן פליגער אין א שמועס מיט איש סודו הרב חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק

האד' מסאדיגורא ביים שמחת השבע ברכות פון החתן זוהן פונעם באקאנטן בעלזער עסקן הרב יהושע וויינבערגער הי"ו.

צווישן די טויזנטער משתתפים ביים גרויסן מעמד 'קבלת פני רבותינו' אין לאנדאן האט קרישקעס באמערקט דעם באקאנטן נגיד הרה"ח ר' אליש ענגלאנדער הי"ו.

ביים קובע זיין די מזוזה אין די אכסני' פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אין קערעסטיר ערב שבת האט די רבי אויסגעטוהן זיין שטריימל אין עס אנגעטוהן פאר הרה"ח ר' הערשל ראטטער בשעת'ן מאכן די ברכה נאכדעם וואס די רבי שליט"א האט מקבל געוועהן שבת פריער.

הרב שמואל טייטלבוים און הרב בן ציון שלמה פאלאק משמשים בקודש ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט קרישקעס באמערקט ביים בנין הכנסת אורחים אש"ל רימינוב אין רימינוב פולין.

אחדות אין לודמיר. הרב משה שפירא מנכ"ל מרכז מוסדות קארלין סטאלין און הרב חיים דוד גראסמאן מנכ"ל איחוד מוסדות פינסק קארלין, ביים אריינגאנג צום ציון הק' פון הרה"ק ר' שלמה מקרלין זי"ע אין טאג פונעם יארצייט כ"ב תמוז.

האד' מוויען ביי מעריב די וואך אין ביהמ"ד סאטמאר אויף רח' יואל אין ירושלים כאחד האדם צווישן די מתפללים אין די שטיבלעך.

שמחת התורה: מרן הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע אין א לומדישע שמועס בריתחא דאורייתא אין לאנדאן, מיט הגאון רבי מרדכי אייזנער רב דחסידי גור אין גאלדערס גרין ,הגאון רבי מרדכי שנעק דומ"ץ סאטמאר לאנדאן, און דער בעל האכסניא הנגיד ר' בן ציון פרישוואסער הי"ו.

א מעשה נורא האט פאסירט די וואך ווען מתפללים אינעם אהל הק' אין קרית יואל האבן געטראפן א פייגל זיצן אויפן מצבה פין הרבנית מסאטמאר מרת אלטא פיגא ע"ה, מען האט פראבירט צו פארשיקן דאס פייגל אבער אן ערפאלג, א מנין אידן וואס האבן זיך דארט געפינען האבן געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהילים מיט א פרק משניות, ווי נאר מען האט געענדיגט קדיש איז די פייגל געשטארבן אויפן פלאץ, ויהי לפלא.

הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א ביים ציון פון הרה"ק רבי מרדכי מנאדבורנא זי"ע אין שטאט בישטינא אין אוקריינע, שטייענדיג ערב די ניין טעג ווען טויזנטער אידן קומען צו פארן פוקד זיין דעם ציון הק'.

הרה"צ ר' בעריש קאהן בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א ביי תפילת שחרית אינעם בנין הכנסת אורחים אין לודמיר סמוך ונראה צום ציון הק' פון הרה"ק רבי שלמה מקארלין זי"ע. 

דער חזן הרב ישראל אדלער ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האד' מתולדות אברהם יצחק נאכן מהנה זיין ביים גייסרייכן מעמד אדני קודש אין אתרא קדישא מירון.

האד' מוויז'ניץ בית שמש אויפן פליגער קיין ניו יארק אין א שמועס מיט הרה"ח ר' בנציון באדנער הי"ו מקורבם של גדולי ישראל.

אינעם קענעדי לופטפעלד אנקומענדיג קיין ניו יארק.

האד' מסאטמאר ביים דאווענען מעריב מוצש"ק פארן עמוד לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית ע"ה, צו דער זייט פון בניו הרבנים שליט"א.

הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט אינעם חצר המערה אין אתרא קדישא מירון.

העסקנים החשובים ר' חיים יוסף געפנער און ר' ישעי' בעקער גבאי וועד הרבנים האט קרישקעס באמערקט אויף די לאנדאן'ע גאסן ביים מזכה זיין די ארטיגע אידן.

מכתב קודש פון האדמורי"ם מוויז'ניץ אין באיאן שליט"א צום מעמד 'קבלת פני רבותינו' די וואך אין לאנדאן לטובת די פריש געגרינערטע 'קרן עולם התורה'.

היסטארישער "חפיצים קדושים" אויסשטעל פון פילע טייערע חפצי קודש פון הרה”ק רבי ישעי’לע קערעסטירער זי"ע וואס זענען אויסגעשטעלט געווארן רייכער סעודת הילולא פון הרה"ק רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זצ"ל אינאיינעם מיט מסיבה פאר די עסקני קערעסטיר, אין בעפארברייטונג צום מגבית ׳דער צענטער׳, ווי די חשובע אייניקלעך און עסקנים האבן געהאט די געלעגנהייט צו באטראכטן די הייליגע חפיצים פון רבי ישעי'לע זצוק"ל.

האד' מסערט וויז'ניץ שליט"א ביים וואונטשן לחיים פאר חתנו האדמו"ר מקאסוב שליט"א ביים טיש לרגל די יומא דהילולא פון אביו הרה"ק בעל חכמת אליעזר מסערט וויז'ניץ זיע"א.

הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א אויף א שפאציר מוצאי שבת אין מחנה אהל יוחנן ראחמיסטריווקא וואו די רב האט געוויילט איבער שבת צווישן די תלמידי המחנה.

האד' מאשלג ווערט געזעהן כאחד האדם צווישן די פילע חסידים און מבקשים בחצר המקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א פון טבריה.

ביים איבערפרישן די מציבות אויפן בית החיים אין שטאט לודמיר לכבוד די הילולא פון הרה"ק רבי שלמה מקארלין זי"ע מקום מנוחתו אין לודמיר.

האדמור"ים מפיטסבורג און ספינקא רמת אהרן בנאות דשא אין דאוואס שווייץ.

תורה מגנא ומצלא: הגאון רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע ביים שרייבן חידושי תורה אויפן פליגער צוריק קיין ארץ ישראל נאכן היסטארישן מסע ההצלה אין לאנדאן.

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז נתניה באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א לרגל די בר מצוה פון זיין צווילינג קינדער.

מיט שווערע געמיטער האט מען אין בארא פארק נעכטן נאכט באגלייט למנוחת עולמים הרב החסיד ר' יוסף פעפערקארן ז"ל מחשובי חסידי וויזניץ. דער נפטר הרה"ח ר' יוסף איז געוועהן א דמות פון א פארצייטישע חסידישע איד משכמו למעלה, ער איז געוועהן אדוק ומקושר צו אדמור"י בית וויזניץ אזוי אויך האט ער זיך געוויקט ביי פילע צדיקים און גדולי ישראל.


א ספעציעלע נאנטשאפט האט ער אנגעהאלטן מיט כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, מיט וועם ער האט לאנגע יארן עוסק געוועהן בחברותא אין תורת הנסתר. אזוי אויך איז ער געוועהן די ספעציעילע שליח פונעם רבין יעדן ערב פסח צו באקן די מצות פארן סדר מיט די ספעציעלע חומרות והידורים, און געדינט אלס עדי קידושין ביי אלע חופות בחצר הקודש.

מכתב קודש פון האד' מראחמיסטריווקא לרגל פתיחת שערי ביהמ"ד דחסידי ראחמיסטריווקא אין לאנדאן.

קידושא רבא אין צאנזער ביהמ"ד אין ביתר דורך הרה"ג רבי אברהם שרגא שטיגליץ שליט"א דומ"ץ צאנז ביתר לכבוד די גרויסער שמחה ווען זיין זוהן הבחור דוד ני"ו איז געקרוינט געווארן אלס 'מורנו' נאכן זיך פאהערן טויזנט בלאט גפ"ת בעל פה.

ביתו נאווה קודש החדש פון כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א אין די קאנטרי בערג סמוך ונראה צום מחנה אהל יוחנן ראחמיסטריווקא, וואו די רבי שליט"א איז געוועהן צוגאסט אויף דעם שבת צום ערשטן מאל נאכן איבערנעמען די כתר האדמור"ות.

זעלטענע מכתב ברכה פון האד' מקארלין סטאלין לרגל הקמת בית כנסת "היכל אורי" אין חברון על שמו פון איינע פון די קרבנות ביים שוידערליכן שמחת תורה אטאקע.

האד' מבאיאן טרעט אויף מיט דברי חיזוק פאר תלמידי ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש אין חלדודנא וועלכע זענען משלים די מנינים פארן רבי'ן שליט"א וויילנדיג אין חלדודנא אויף אפרוה.

המשגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א איז מתפלל ביים ציון פונעם לוחם מלחמות השם הגה"צ רבי עמרם בלויא זצ"ל מנהיג נטורי קרתא אין טאג פונעם יארצייט.

המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א איבער די קאנטרי עפאכע...

בחורי דושינסקיא ביים מקבל פנים האד' מדושינסקיא נאכן זיך אהיימקערן פון אמעריקא ווי די רבי האט געוויילט די לעצטע זעקס וואכן (קרעדיט שלומי טריכטר).

האד' מספינקא מאנסי אין א שמועס מיט הגה"צ אב"ד ראדאשיץ אין עירמאנט וואו מען האט דורכגעטוהן די עירוב מאפע פונעם געגענט.

 

א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק האד' מטאהש לרגל שמחת נישואי בתו הכלה בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

Comments


bottom of page