top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

למען דורותינו: ראשי ארגון "כנשר" רעכטן אפ רייע אסיפות בבתי גדולי אדמורי"ם ומנהיגי עולם התורה

דאנערשטאג פ' פקודי • כ''ו אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין די יעצטיגע טעג איז אפגעהאלטן געווארן א רייע וויכטיגע אסיפות בבתי גדולי אדמורי"ם און מנהיגי עולם התורה אין ארץ ישראל וואו מ'האט דן געווען איבער די קריטישע דרכי פעולה בנוגע די ביטערע צרה וואס באטרעפט אזויפיל היימישע שטובער, ווען בחורים גליטשן ליידער אראפ פון אידישן דרך, ה' ירחם.


די אסיפות איז אפגעהאלטן געווארן אינאיינעם מיט די ראשי ארגון "כנשר", וואס זענען שוין עטליכע יאר אריינגעטון מיט אקטיווע פעולות נשגבות צו ראטעווען פילצאליגע בחורים מרדת שחת, ווען צו דער זעלבער צייט שטייען זיי גרייט מיט די נויטיגע הדרכה און יעוץ פאר די באטראפענע עלטערן, ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט די צרה, און עס זאל בעז"ה פארווירקליכט ווערן דער 'והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם'.


צווישן די שטארקע אפעקטיווע פעולות דורך "כנשר", איז דאס צושטעלן קביעות'דיגע כינוסי חיזוק ויעוץ פאר די עלטערן, אין אלע גרעסערע היימישע שטעט אין ארץ ישראל, וואס רעכנט אריין ירושלים, בני ברק, בית שמש, ביתר עילית, מודיעין עילית, און רכסים.


די ווייטגרייכנדע אויפטוען האט זיך דערטראגן ביז קיין אמעריקע, און אויך אין אמעריקע איז געגרינדעט געווארן אפטיילונג פון "כנשר", וואס איז אקטיוו אין שטאט לעיקוואד, וואו די ארטיגע רבנים גרייטן זיך צו עפענען אן אייגענע לאקאלע אפיס.


דורכאויס די פארלאפענע וואכן האבן די ראשי הארגון, אין שפיץ פונעם מייסד ומנהל הרב אביגדור שטיגל, אפגעראכטן א סעריע באזוכן בבתי גדולי האדמורי"ם וראשי ישיבות אין ארץ ישראל, וואו מ'האט געהערט דעם דעת תורה ודבר ה' זו הלכה, ווי אזוי אומצוגיין אין יעדן פאל, באגלייט מיט די תורה'דיגע הדרכות ווי אזוי צו קענען צוריקברענגען פארפאלענע נשמות אל חיק אבותם.


צווישן אנדערן איז אפגעהאלטן געווארן אסיפות, ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ביי הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא, מיט'ן השתתפות פון הגאון רבי אורי דויטש פון לעיקוואד ומרבני כנשר, ביי הגאון רבי ירוחם אלשין שליט"א מראשי ישיבת ביהמ"ד גבוה לעיקוואד, און נאך.



Comments


bottom of page