זונטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם שבת ביי שלש סעודות האט מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א איבערגעגעבן די הוראת הקודש פאר די בחורי החסידות תלמידי הישיבות הקדושות אין ארץ ישראל, אז קיין איין בחור טאר זיך נישט שטעלן צום "לשכת הגיוס" פונעם ציוניסטישן מיליטער. דאס קומט אין א צייט וואס די גזירה נוראה פון גיוס בני הישיבות איז שוין ליידער אריין אין קראפט, ווען עס איז שוין ארויסגעשיקט געווארן אויף פאסט פאר טויזנט בחורים צו רעקרוטירן צום ציוניסטישן מיליטער.
נעכטן בעת רעווא דרעווין במקום הנופש אין חלדודנא במעמד פון א ענגע צאל מקורבים און קרובי המשפחה האט דער רבי שליט"א געלאזט הערן דעת קדשו אנבאלאנגט די יעצטיגע גזירה פון גיוס בני הישיבות זאגנדיג אז קיין שום בחור טאר זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס, סיי די עלטערע בחורים און סיי די יונגערע בחורים וואס האבן די טעג ערהאלטן די ערשטע רוף צום לשכת הגיוס. דער רבי שליט"א האט ערווענט אז ער האט געבעטן פון זיין זוהן הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אבד,ק קרית וויז'ניץ אונטערצושרייבן בשליחותו אויפן קול קורא דורך די גדולי האדמור"ים וראשי הישיבות וואס האבן שוין געלאזט הערן זייער קלארע דעת תורה איבער דעם ענין.
היינטיגן זונטאג איז ארויסגעשטעלט געווארן א בריוו מטעם דעם רבינס שטוב אמבאלאנגט די הוראת הקודש וואס די רבי שליט"א האט נעכטן געהייסן איבערגעבן פאר די חסידים, וואו עס ווערט ציטירט דעם רבינס ווערטער ביי שלש סעודות איבער די ווייטאגליכע מלחמה אין ארץ ישראל וואס זעהט נישט קיין עק און האט שוין אפגעקאסט אזויפיל קרבנות ה"י, און איבער די שרעקליכע גזירת גיוס וואס לויערט איבער די קעפ פון די לומדי תורה אין ארץ ישראל: "ועוד זאת, אשר ידעו ויבינו כי אין לנו שיור רק התורה הזאת וכי היא הערובה הצלת העם היושב בציון היא חיזוק לימוד התורה, קמו עלינו בגזירת גיוס איומה ונוראה, ומנסים לגייס לצבא לומדי תורה אשר תורתם מגינה על הארץ הזאת. על כן הוריתי לבני אב"ד קרית ויזניץ שליט"א לצרף חתימתו על קריאת הרבנים שלא להתייצב בלשכות הגיוס. והנני מודיע בזאת כי אין להתייצב כלל, לא מבוגרים ולא צעירים המקבלים צו ראשון, ויש לנתק כל מגע עם שלטונות הגיוס והצבא. עלינו להבהיר ברורות כי אל להם להפריע ולפגוע בלומדי התורה".
ביים ענדע פונעם בריוו ווערט קלארגעשטעלט: "אם יהיה שינוי בדבר ההתייצבות לצו ראשון, בע"ה אודיע בענין זה לקראת חודש אלול הבעל"ט".
Comments