top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

העפטיגע הכנות צום הילולא אין קערעסטיר; היסטארישער אפקויף פון שטח אדיר פארבינדט "ביתו נאוה" מיט "ציון הקדוש"

מיטוואך פ' קדושים • ל' ניסן ראש חודש אייר תשפ"ד‎ | בחצרות הקודש


א וועלטס-צוזאמענפאר ווי נאך קיינמאל בעפאר איז ערווארטעט היי-יאר צו די הילולא קדישא פונעם קדוש עליון, דער פועל ישועות ומופת הדור, הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטיר'ער זי"ע, וועלכע געפאלט דעם קומענדיגן "שבת קדושים", וואס באדייט אז מ'גייט אי"ה אפּרעכטן א "שבת הילולא" אינעם הייליגן שטעטעלע, דער עיר הקודש וואס איז מקודש מעוצם קדושתו פון הייליגן רבי ישעי'לע זי״ע וואס אור קדושתו איז דארט איינגעקריצט מיד ולדורות.


בעת די הויפט-כוחות ווערן פארלייגט אויפ׳ן שבת קודש, וואס פארשפרעכט צו זיין א לעכטיגער יום שכולו שבת מעין עולם הבא, טוט דער היי-יאריגער צונויפפאר אויף קערעסטיר ארומנעמען עטליכע טעג פאר די הילולא און עטליכע טעג נאכ׳ן יארצייט. היות א גרויסער עולם קען נישט אוועקפארן אויף שבת קודש, קומען אידן צו פארן פאר שבת, און די זעלבע מוצאי שבת לאזן זיך ארויס אלפים מישראל צו פוקד זיין דעם ציון המצויינת. אזוי אויך וועלן זיין צענדליגער חבורות אין פארשידענע פּונקטן לענגאויס אייראפע, וואו זיי וועלן וויילן אויף שבת, און זיי וועלן קומען במוצאי יום גילה אדער פרייטאג , צו פוקד זיין דעם ציון המצויינת, און די ראשי קערעסטיר ארבעטן מיט אלע כוחות צו קענען אקאמאדירן ״אלע״ פוקדי ציון הקדוש במשך יעדן זמן, 24 שעה אין טאג, און צושטעלן אלע געברויכן מיט דער גרעסטער מאס געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט.


שוין ״חדשים לאנג״ וואָס די געטרייע ראשי קערעסטיר, די חשובע אייניקלעך פונעם צדיק אמת, זענען העפטיג אריינגעטון אין די ארבעט יומם ולילה צו מסדר זיין די דעטאלן וואס פאדערן זיך אויפצונעמען די מקהלות רבבות אלפי ישראל, סיי אויפ׳ן שבת קודש און סיי אויף די הילולא קדישא. מדי שנה בשנה טוט מען איינפעדימען פרישע תיקונים און פארבעסערונגען ביים ציון הקדוש וואו ס׳ווערט אויפגעשטעלט מאַסיווע ריזיגע ״שאטערס״, כדי ס׳זאל זיין מעגליך פאר די אלפים ורבבות צו קענען מתפלל זיין און צינדן ליכט און זיך אויסבעטן אין די טעג אַרום די הילולא קדישא, דאנערשטאג פרייטאג מוצש״ק און זונטאג.


גלייכצייטיג טוט מען אהערשטעלן דעם תל תלפיות, 'ביתו נאוה קודש', דער הייליגער הויז פון רבי ישעי'לע זי"ע, מיט מאסיווע איינריכטונגען צו קענען אויפנעמען די צענדליגער טויזנטער געסט וועלכע ווילן קומען מתפלל זיין אין דעם מקום קדוש והמסוגל ביומא דהילולא קדישא, און גלייכצייטיג זיך זעטיגן 'לשובע ולא לרזון' אינעם זעלבן הויז וואו דער גרויסער צדיק דער בעל ההילולא איז געשטאנען און געטיילט עסן פאר אידן, און מיט דעם כח משפּיע געווען אויף כלל ישראל הייליגע ליכטיגע השפעות. דער געווייקטער ״קוויטל שטוב״ — דער ציה-קראפט פון כלל ישראל איבער דער גארער וועלט — די הייליגע מלוה מלכה צימער, און די אנדערע צימערן אינעם הויז זענען איינגערישט געווארן מיט די בעסטע איינריכטונגען, צו קענען דינען אלס צענטער פאר די פילע מניני תפילות דורכאויס די טעג ארום די הילולא קדישא, ווען יעדער איד וואס קומט צו פארן אויף קערעסטיר, מאכט דאך זיכער צו קומען אין הייליגן הויז אריין, ויברכונו בבואם לביתי, וואו דער צדיק שטייט ווייטער און בענטשט. דאס איז בנוסף צו די שאטערן אינדרויסן, וואס אזוי ארום וועט זיין צוגעשטעלט ״אלע הצטרכות׳ן״, מניני תפלה, סעודות, קאווע ומשקאות, מקוואות, אכילה שתי׳ לינה, לימוד התורה, צידה לדרך, סעודות, און אזוי ווייטער, מיט דער גרעסטער מאס באקוועמליכקייט פאר די רבבות פוקדי הציון הקדוש.


פון ״רבי ישעי׳לעס קאך״ קאך בביתו נאוה קודש, גייט שוין א פייערדיגע פארע, זינט דעם פארלאפענעם חג הפסח. שוין עטליכע וואכן וואס ס׳קומען אן ריזן ליפערונגען פון רויע מאטריאלן, און אַצינד זענען שוין די פאקטישע צוגרייטונגען אין פולסטן קראפט, אלעס אַהערצושטעלן פאר די רבבות ישראל וועלכע קומען לביתו נאוה קודש להשביע נפש רעבה, ס'זאל זיין בהרחבה גדולה, לשובע ולא לרזון, איבערהויפט ביי דעם צענטראַלן סעודת הילולא רבתי וסעודת מלוה מלכה בראשות הרבנים הגאוה"צ שליט"א נכדי בעל ההילולא קדישא במוצאי יום גילה. 


מיט אן אומגעהויערע צופרידנהייט און הנאה האבן רבבות אלפי ישראל אויפגענומען די פאזיטיווע נייעס די פארגאנגענע וואך איבער דעם פרישן אפקויף וואס די אייניקלעך פון הרה״ק רבי ישעי׳לע זי״ע האבן באוויזן אין קערעסטיר, אפצוקויפן א נייעם גיגאנטישן שטח אדיר הארט נעבן דעם הייליגן הויז, וואס ציעט זיך אויף א ריזן שטרעקע אויף כמעט ביז צום ציון הק׳, אויסהאקנדיג א דירעקטן וועג ביז אהין צו קענען גיין צופיסנס, און מיט א פלאן דארט אויפצובויען בעתיד בנינים כבירים לטובת אלפי ישראל הבאים לפקוד דבר ישועה ורחמים.


צום אַלעם ערשטנס איז דאס סטראטעגישע ווערדפולקייט דערפון, זייענדיג הארט פאַרבינדן מיט׳ן שטח פון דעם רבינ׳ס הויף, וואו ס׳איז עומד לתפארה דער הייליגער הויז און די געביידע פון רבי ישעי׳לעס קאך און די בניני הכנסת אורחים וועלכע געפינען זיך בחצר בית הצדיק, און דאס ציעט זיך ווייטער א ריזיגער שטח ביז צו די פעלדער וואָס פירן צום שטח הציון הק׳! ביז היינט איז כמעט נישט געווען קיין מעגליכקייט צו קענען שפּאנען צופיס פון רבי ישעי׳לעס הויז ביז צום ציון הקדוש און די זעלבע צוריק, און די צענדליגער אלפים פוקדי ציון הק׳ זענען געווען אנגעוויזן אין נאכאנאנדע שאטעלס וועלכע האבן קורסירט צווישן די צוויי הויפט פונקטן פון דער הייליגער שטאט, צו קענען מתפּלל זיין סיי אויפ׳ן ציון הק׳ און סיי אין הייליגן קוויטל שטוב.


שוין אויפ׳ן היי-יאריגן הילולא וועט אויף דעם באדן אויסגעפלאַסטערט א לאנג-שטרעקיגער ״שביל״, וואס וועט פירן דעם ציבור פונעם ציון ביז צום הייליגן הויז, און פון הייליגן הויז צום ציון, במשך די גאנצע הילולא קדישא, קענענדיג גיין צופיס, א מרחק פון בלויז קנאפע צען מינוט!


דער אויפטו פון ״דעם אליין״, דער שביל החדש צום ציון הקדוש, איז עד אין שיעור וערך, אבער דאס איז בלויז א קליין חלק פון דער עררייכונג. די הויפט-שמחה, איז אויפ׳ן לענגערן טערמין, די ווערדפולקייט פון קענען אויפבויען בנינים אדירים וכבירים פאר׳ן געברויך פון די רבבות ישראל הבאים לקערעסטיר במשך כל ימי השנה ובפרט אויף די הילולא קדישא. ווי א יאר מער, ווי דאס ״געפארעכץ״ קיין קערעסטיר וואקסט צו אומגלויבליכע ציפערן, איז געווארן קלארער אז מען אויפקומען מיט א לאנגטערמיניגער וויזיע וויאזוי מ׳גייט בעתיד אקאמאדירן דעם יארצייט און בכלל די גאנץ-יאריגע אפאראטן פון קערעסטיר, מ׳מוז האבן גרויסע בנינים, פאסיליטעטן וואס זענען אומשטאנד צו דערהייבן א ציבור לאלפים, מיט אלע צרכי ציבור ברוחניות ובגשמיות! אט די עררייכונג איז אצינד צושטאנדגעקומען בחסדי ה׳ מיט דעם יעצטיגן אפקויף אין וואס די נכדי הצדיק זענען אריינגעשפּרינגען, למען עשה כיום הזה להחיות עם רב!













Comments


bottom of page