דאנערשטאג פ' אחרי • כ"ה ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין דער צייט וואס די מאסיווע בוי ארבעט ביים נייעם ביהמ"ד הגדול דחסידי טשערנאביל אין שטאט בני ברק איז שוין אין פולן שוואונג, גרייטן זיך פילע נגידים בעם פון איבער דער גארער וועלט צו נעמען אנטייל אין דעם היסטארישן שבת 'בוני תפארה' אין שפיץ פון כ"ק האדמו"ר מטשערנאביל שליט"א אינעם עיר מלוכה וויען - עסטרייך, אין א צייט וואס זיי האבן זיך משתתף געווען מיטן אסטראנאמישע סכום פון גאנצע 100,000 דאלער און ארויף לטובת דעם קרן הבנין.
דער היסטארישער שבת וועט זיך שוין אנהייבן אום ליל שישי וואו דער גאנצער ציבור אין שפיץ פונעם רבין שליט"א, וועט פוקד דעם ציון הק'מקום מנוחתו פונעם הייליגן חתת סופר זי"ע אינעם דערנעבנדיגן שטאט פרעשבורג ווי מען זיך אויסבעטן אלעס גוטס.
נאכן פוקד זיין דעם ציון הק' וועט זיך דער גאנצער ציבור ארויסלאזן קיין וויען עסטרייך וואו עס וועט זיין צוגעשטעלט א הערליכע האטעל לכבוד די בוני הביהמ"ד ווי מען וועט נעכטיגן דורכאויס דעם נאכט. צומארגנס ערב שב"ק וועט מען זיך ארויסלאזן צום ציון הק' פונעם הייליגן ש"ך אינעם שטאט העלישוי נישט ווייט פון וויען.
מען וועט זיך דערנאך גרייטן צום היסטארישן שבת ווי עס איז ערווארטעט במשך דעם שבת א העכטס-רייכע פראגראם מבואו ועד צאתו, די שבת וועט געפירט ווערן ברוב פאר והדר בראשות דער רבי שליט"א, ווי דער עולם וועט זיך דערביי אנשעפן מיט התרוממות הנפש און זיך דערקוויקן דעם נשמה.
אום מוצאי שב"ק ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע וועט זיך דער גאנצער עולם ארויסלאזן קיין קערעסטיר יצ"ו - א מהלך פון אפאר שעה, אין באגלייטונג פון דעם רבינס קינדער להיפקד בדבר ישועה ורחמים.
דעם קומענדיגן זונטאג קדושים בעפאר דעם שבת איז דער רבי שליט"א ערווארטעט צו אפרייזן אויף אפרוה קיין דאוואס שווייץ אינאיינעם מיטן שוואגער מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, ווי דער רבי שליט"א וועט דארט ווילן ביז צום בעפארשטייענדע שבת.
Comments