top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד 'חנוכת הבית' פאר נייע אלכסנדר שטיבל אין ביתר בראשות האד' מאלכסנדר

עודכן: 18 בנוב׳ 2024

זונטאג חיי שרה • ט"ז חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני

 

גרויס התרגשות האבן חסידי אלכסנדר אין ארץ ישראל, מקבל פנים געוועהן רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א על ישראל הדרתו אין שטאט בארא פארק, וועלכע איז אנגעקומען אויף א באזוך צווישן עדת צאן מרעיתו אין ארץ ישראל.


דער אלכסנדר רבי שליט"א פון בארא פארק איז מצודתו פרוסה קיין ארץ ישראל פארמאגנדיג שוין היינט א נעץ פון פרעכטיגע צענטערן מיט שטיבלעך ברחבי ארה"ק, דאס נעמט אריין ירושלים, בני ברק, אשדוד און אצינד ביתר, וואו עס איז געפייערט געווארן די חנוכת הבית פונעם נייעם אלכסנדר שטיבל וואו די חסידים וועלן זיך קענען צוזאהאלטן און ווייטער אטעמען מאור השפעתו פונעם אלכסנדר רבי שליט"א, אויפן אלטן אמאליגן שטייגער.


לכבוד די מעמד חנוכת הבית איז דער רבי נעתר געווארן לבקשת החסידים און האט אונטערגענימען א ספעציעלע נסיעה קיין ארץ ישראל. ווען במשך די צייט וועט דער רבי אויפנעמען די חסידים מיט קוויטלעך אין די שטיבלעך אין אלע שטעט, און פוקד זיין די מקומות הק' אין ארץ ישראל. אויף דעם שבת האט דער רבי געוויילט אין בני ברק און אפגעראכטן אלע תפילות און טישן בבית מדרשו אויף די חזון איש גאס.


ביים מעמד חנוכת הבית מוצאי שבת אין שטאט ביתר האבן זיך אנגעזעהן פילע חסידים פון אלע שטעט, ובראשם האבן באשיינט די מאורע די רבני העיר, אנשים חשובים ואנשי שם. ביים אנקומען האט דער רבי קובע געוועהן די מזוזה ביים הויפט אריינגאנג צום נייעם שטיבל און מכבד געוועהן די אנוועזנדע רבנים מיט די אנדערע מזוזות. צווישן די זמירות מלוה מלכה און פרייליכע ניגונים ביים מעמד זענען געהערט געווארן שיינע דרשות פונעם מרא דאתרא הגה"צ ר' חיים ווייס גאב"ד ביתר, פונעם מעיאר פון שטאט הרב מאיר רובינשטיין., און הגאון ר' אברהם שרגא שטיגליץ דומ"ץ צאנז ביתר.  צום קלימאקס האט מען געהערט די דברי אלוקים חיים פון רבי'ן שליט"א באגלייט מיט דברי הדרכה און יסודות איתנים פאר א נייעם שטיבל בדרך צדיקי בית אלכסנדר.


ביים ענדע פונעם מעמד האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה אין דער גאנצע ציבור איז דורך וואונטשן לחיים.



























Comentários


bottom of page