top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבבות חסידי סאטמאר אין קרית יואל לעבן מיט געהויבענע מאמענטן ביים מעמד אדיר 'מכונך והיכלך'

מאנטאג פ' שופטים • כ"ט אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

ובכן יתקדש שמך על 'מכונך והיכלך', אומבאשרייבליכע התרגשות'דיגע מאמענטן האבן רבבות אלפי חסידי סאטמאר זוכה געווען מיטצולעבן פארלאפענעם מוצאי שב"ק ראה ביים פייערליכן מעמד 'מכונך והיכלך' לרגל דעם חנוכת הבית פונעם תל תלפיות פאר חסידי סאטמאר אין קרית יואל, דער נייער ריזן היכל ביהמ"ד הגדול 'היכל אלטר יחזקאל' אויף גארפיעלד, וואס איז געפראוועט געווארן אויף גאר א געהויבענעם פארנעם בראשות דעם מנהיג העדה ראש גולת אריאל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, זייענדיג א המשך צו די געהויבענע מאורעות פון די לעצטערע טעג וואס זענען פארגעקומען אינערהאלב די קהלה, אנגעהויבן מיט'ן גרויסן יארצייט טיש בליל כ"ו אב במקהלות אלופי אלפי ישראל, ווען מען האט צום ערשטן מאל באנייט דעם ריזן היכל וואס איז געבויט געווארן אין א בליץ שנעלקייט פון בלויז געציילטע וואכן, און נאכגעפאלגט מיט'ן געהויבענעם שב"ק מברכין אלול וואו טויזענטער אידן זקנים עם נערים האבן זיך מסתופף געווען בצל הקודש פון רבי'ן שליט"א און במשך דעם גאנצן שב"ק איז דער מאסיווער ריזיגער היכל געווען ממש ענג אריינצונעמען דעם ריזיגן צבור וועלכע האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע תפלות און טישן.


מוצאי שב"ק תיכף נאך שלש סעודות פון רבי'ן האבן די עסקנים בליץ שנעל אהערגעשטעלט דעם ריזן היכל פאר'ן געהויבענעם מעמד 'מכונך והיכלך' וואס איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והמון חוגג בתופים ובמחולות, מיט טויזענטער אידן וועלכע האבן איבערגעפילט דעם היכל פאר לענגערע שעות ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ואתו עמו בנו הגדול דער איש על העדה הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, דער רבי האט א לענגערע צייט געטאנצט מיט בנו דער רב שליט"א, און אן עקסטערן טאנץ מיט'ן לעגענדארן בונה ומקים פונעם נייעם היכל הגה"ח הישיש ר' אלתר יחזקאל גליק שליט"א, ווען דער גאנצער צבור פריידט זיך מיט בשירות ותשבחות צום באשעפער אויף אלע זיינע חסדים.


דער רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים און אויפגעטרעטן מיט א קורצע ברכת הקודש, און דערנאך האט הגה"צ דער רב שליט"א אויפגעטרעטן מיטן משא המעמד, אזוי אויך האבן אויפגעטרעטן דער ראש הקהל הרה"ח ר' מענדל שווימער הי"ו וועלכער האט – ווי שוין באריכטעט – איבערגעגעבן ברבים די פריידיגע בשורה אז דער רבי וועט וויילן אויף יו"כ הבעל"ט בתוככי הקהלה אין קרית יואל, און האט אויך איבערגעגעבן די פריידיגע אנטוויקלונג אז אין די לעצטע 2 טעג איז געשאפן געווארן דעם אסטראנאמישן סכום פון 5 מיליאן דאללער! לטובת הקהלה והמוסדות אין קרית יואל. דאן האט דער חשוב'ער נדיב שליט"א אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער וואו ער האט ארויסגעברענגט זיינע רגשי הודאה צו השי"ת אויף די אויסטערלישע זכי' וואס איז נפל בחלקו אהערצושטעלן אזא ריזיגן היכל לה' פאר די קהלה קדושה סאטמאר בעיר הצדק קרית יואל.


עס איז שוין געווען אין די שפעטע נאכט שעות ווען דער ריזיגער צבור איז זיך צוגאנגען מיט רוישיגע געפילן, נאכ'ן מיטלעבן אזא אומפארגעסליכן מעמד, וואס וועט פארצייכנט ווערן מיט גאלדענע אותיות בדברי ימי מלאכת סאטמאר אלס א היסטארישער דורכברוך פון הרחבת גבולי הקדושה.



Comments


bottom of page