top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מוסדות סאטמאר בארא פארק שליסט פערציג מיליאן דאלארדיגן מקח אויף גיגאנטישער שטח פאר בית חינוך לבנות 'בית רחל'

דאנערשטאג פ' בהעלותך • י"ד סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

חסידי סאטמאר אין בארא פארק זענען איינגעהילט אין אומבאגרעניצטע שמחה מיט'ן ערהאלטן די בשורה טובה משמחת איבער'ן שליסן קאנטראקט פאר א נייעם ריזן שטח פון העכער "צוועלעוו טויזנט סקווער פיס", פאר א נייע מייעסטעטישער בנין אדיר ומפואר פאר די מיידל הויך שולע "בית רחל' דסאטמאר אין שטאט בארא פארק.


דער שטח הגדול געפינט זיך אויף די 18טע עוו. קאר. 53 סטריט. אין הארץ פון בארא פארק ווי עס וועט אויפגעשטעלט ווערן די נייע בית רחל וואס וועט דינען אלס לייכטורעם פאר חינוך הבנות על דרך ישראל סבא.


די געטרייע הנהלת המוסדות אין שפיץ פונעם מנהל הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו, זענען די לעצטע תקופה געשטאנען אויפ'ן פראנט פון באטראכטן אלע מעגליכע אפציעס אהערצושטעלן א נייע אכסניא של חינוך הבנות, ביז עס איז ענדליך געלונגען מיט גרויס סיעתא דשמיא, און בעידודו וברכת קדשו פונעם מנהיג העדה ונשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, צו שליסן דעם אסטראנאמישן פערציג מיליאן דאלארדיגן מקח אויפ'ן נייעם מאסיוון שטח וואו עס וועט אויפגעבויט ווערן פון שפאגל-פריש א בנין גדול ונהדר צו אקאמאדירן די טויזנטער תלמידות.


בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.

Comments


bottom of page