top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת: הרבנית מקאסאן מרת חיה מלכה ראטטענבערג ע"ה אשת חבר האד' מקאסאן לעיקוואד

מיטוואך פ' ויקהל • י"ט אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

ברוך דיין האמת: מיט גרויס טרויער ווערט יעצט אויפגענימען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרבנית הצדיקת מקאסאן מרת חיה מלכה ראטטענבערג ע"ה אשת חבר ועזרתו בקודש פון יבלחט''א כ''ק האדמו''ר מקאסאן לעיקוואד שליט''א וועלכער איז נפטר געווארן אין עלטער פון 69 יאהר.


די רעבעצין ע"ה איז געווען א בת קדושים א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל 'אמרי צבי' מדעעש זי"ע, מגזע היחס למעלה בקודש צו צדיקי בית דעעש און נאך קדושי עליון, ווי א געטרייע עזר כנגדו איז די אלע יאהרן צוגעשטאנען לימין בעלה הגדול די קאסאנער רבי שליט"א מיט זיין עבודת הקודש און הרבצת תורה וחסידות.


אין די לעצטע תקופה האט די רעבעצען געליטן פון א קורצע קרענק נאכדעם וואס מען איר דיאגנאזירט מיט די ביטערע מחלה ה"י, און די וואך האט זיך דער מצב ליידער פארערגערט בעת כלל ישראל איז מעתיר לרפואתה השלימה, יעצט אויפדערנאכט האט די רעבעצען צוריקגעגעבן איר נשמה ליוצרה, איבערלאזנדיג נאך זיך א הערליכע דור, בנין וחתנין רבנן, די זוהן הרה"צ ר' פנחס שלום ראטטענבערג שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאזעווע שליט"א, הרה"צ ר' יהוסף יחזקאל ראטטענבערג שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א פון בארא פארק, הרה"צ ר' משה שמואל ראטטענבערג שליט"א איידעם ביי הגה"צ אבד"ק ווייטצען שיקאגא שליט"א, הרה"צ ר' יצחק יחיאל מיכל ראטטענבערג שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסאטינוב שליט"א, און הרה"צ ר' ישעי' נפתלי ראטטענבערג שליט"א איידעם ביי זיין פעטער כ"ק אדמו"ר מקאסאן לאנדאן שליט"א.


די איידימער הגה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א אב"ד וויזניץ אלעד, הרה"ג ר' בערל שנעעבאלג שליט"א מנהל ישיבה גבוה אמרי חיים וויזניץ אין נייעק, הרה"ג ר' שמואל יהודה סעקולא שליט"א, און הרה"צ ר' מרדכי טויב שליט"א בן הגה"צ אבד"ק קאלוב וויליאמסבורג שליט"א.


די לוויה גייט ארויס היינט בשעה 9:00 באנאכט פון איר שטוב אויף 55 ברעדהוירסט אין לעיקוואד, צום בית החיים אין ניו דזשערזי וואו דער רעבעצין וועט קומען לקבורה אויפן קאסאניער חלקה.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות.


Comments


bottom of page