top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תאו ואתכנשו: היסטארישע "שבת התכנסות" דעם שבת פקודי לרגל הילולת הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל

דינסטאג פ' פקודי • כ''ה אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

לרגל די זיבעטע הילולא קדישא פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל, כ"ט אדר, וואס געפאלט אויס היי-יאר בעצם יום השבת, דעם שבת פקודי-החודש, קומען שוין פאר אין מאנסי די רוישיגע הכנות צו די היסטארישע גרויסארטיגע "שבת התכנסות בהילולא דרבי" וואס וועט אפגעראכטן בנהירו עילאה און ברגשי געגועין וכיסופין בראשות כ"ק האדמורי"ם לבית וויזניץ שליט"א.


דער שבת המאתאחדת ברענגט אויף אומפארגעסליכע זכרונות פונעם לעצטן שבת הילולא, ווען די יארצייט איז געפאלן בעצם יום השבת, ביי די הילולא קמייתא, בשנת תשע"ט, און אלע אכט אדמורי"ם לבית וויזניץ האבן מיט א ברידערליכקייט מעריך געווען דעם שבת פאר די טויזנטער חסידים וואס זענען געקומען צו פארן פון אומעטום, און אצינד וועט זיך דאס ווידער איבערשפילן ביים גרויסן שבת הילולא דעם היינטיגן שבת פקודי-החודש אין שטאט מאנסי, אינעם בית גדול וקדוש שהתפלל בו דער בעל הילולא און דארט אפגעראכטן די עבודת הקודש.


לכתחילה איז געווען געפלאנט אז אלע אדמורי"ם לבית וויזניץ וועלן אפרעכטן דעם שבת אינאיינעם, אבער לעצט-מינוטיג איז געקומען די ידיעה מבית כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א אז דער רבי וועט זיך נישט קענען משתתף זיין לאור א חולשה ביים רבי'ן און אויפ'ן ראט פון די דאקטוירים קען דער רבי יעצט נישט אונטערנעמען א רייזע קיין ניו יארק.


אלע תפילות און טישן במשך השבת וועלן אפגעראכטן ווערן דורך די רבי'ס צוזאמען באהבה אחוה וריעות וואס איז שוין דער געווענליכער שטייגער בחצר הקודש וויזניץ. כדי צו קענען אקאמאדירן דעם ריבוי העם בליעה"ר וועט דער ביהמ"ד הגדול זיין אויסגעשטעלט מיט א נייעם אויסשטעל, מיט 12 שטאקיגע פארענטשעס לענגאויס ביידע זייטן פון ביהמ"ד.


א מאסיווע אש"ל אפאראט איז אקטיוויזירט געווארן לכבוד דעם שבת הילולא דורך א מוסטערהאפטיגע צוזאמענארבעט פון עסקנים נמרצים פון אלע הויפן, אויפצונעמען און פלאצירן די טויזנטער וויזניצער חסידים פון אלע חצרות הקודש לבית וויזניץ וואס קומען צו פארן פון אומעטום מיטלעבן דעם גרויסן שבת, וואס די קומענדיגע מאל וואס ס'וועט אויסגעפאלן די הילולא בעצם יום השבת וועט זיין אין קרוב צו 20 יאר ארום, און די חסידים פון איבעראל האבן א ספעציעלע השתוקקות מיטצולעבן די שבת'דיגע הילולא. די סעודות שבת פאר די געסט וועלן פארקומען אין די זאלן פון "בנות ישראל וויזניץ".


מוצש"ק וועלן די רבי'ס פראווען פאר עדת צאן מרעיתם אין זיינע בתי מדרשים במקום מושבותם, און ארום די טעג פון די הילולא, וועלן די רבי'ס ארויפגיין פוקד זיין דעם ציון הק' בראש קהל עדתם.


Comments


bottom of page