top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טעלעפאנישע השתדלות-רוף דורך האד' מסאטמאר צום קאנגרעס פירער דזשאנסאן אנצוהאלטן קריטישע הילף-פראגראם פאר עלטערע מענטשן

דאנשטאג פ' ויקהל • כ' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין א זעלטענע ערשטמאליגע שריט האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעהאלטן א טעלעפאנישע השתדלות-געשפרעך אויף די ענגלישע שפראך צום העכסטן פירער אין די אמעריקאנער געזעץ הייזער, קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן, וואו ער בעט אים מיט א הארציגע ווענדונג אין נאמען פון די חרד'ישע געמיינדע אין ניו יארק, אז מ'זאל אנהאלטן ווייטער א גאר קריטישע רעגירונגס הילף-פראגראם פאר עלטערע מענטשן.


ספיקער דזשאנסאן איז פריש ערוועלט געווארן צום אמט ביי די פארלאפענע נאוועמבער וואלן אין אמעריקע, אריינקומענדיג אין אפיס מיט א גינסטיגע בליק און אוזן קשבת צום חרדי'שן ציבור, נאכ'ן באזוכן אין די היימישע געגנטער אין לויף פונעם וואל-סעזאן, און ספעציעל מיט די איינדרוקספולע באזוכן בבתי כ"ק האדמורי"ם מסאטמאר און סקווירא, וואו ער האט פארשפראכן אז ער וועט שטיין צו הילף פאר אלע געברויכן פון די אידישע געמיינדעס אין ניו יארק, מיט וואס אימער ס'וועט זיך נאר אויספעלן.


דער ספיקער האט ווירקליך באקומען די אינדארסירונג פון די היימישע קהילות אין ניו יארק, ספעציעל אין קרית יואל און שיכון סקווירא, וואו ער האט אפגענומען שווערע טויזנטער שטימען דורך די מעכטיגע בלאק-וואוטס.


אצינד האט דער סאטמארער רבי שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט צו בעטן ביים ספיקער צו ערפילן די פארשפרעכונגען, ווען ס'איז אצינד נוגע א ספעציפישע האום-קעיר פראגראם פון די פעדעראלע רעגירונג דורך וואס עלטערע מענטשן קענען אויך ווערן באדינט דורך משפחה מיטגלידער, און נישט נאר דורך דרויסנדיגע צוהעלפער, וואס דאס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס געוואלדיגע טובה און ישועה פאר עלטערע מענטשן איבער די גאנצע סטעיט, און ספעציעל ביים היימישן ציבור, וואס איז זייער אנגעוויזן דערויף, ווען משפחות טרעפן זיך אין א מצב ווען מ'דארף באדינען און זיך אפגעבן מיט'ן ראש המשפחה, און אט דער פראגראם האט גאר שטארק ארויסגעהאלפן דערצו.


אין ליכט פון די אנטוויקלונגען אין לאנד, ווען דער פרעזידענט טראמפ וויל שניידן מעדיקעיד פאנדן, האט די ניו יארקער רעגירונג ארויסגעשטעלט א פלאן אויפצוהערן מיט אט דעם פראגראם פאר עלטערע מענטשן. האט דער סאטמארער רבי שליט"א פערזענליך אנגערופן דעם קאנגרעס ספיקער דזשאנסאן, און מיט א הארציגע ביטע געבעטן אין נאמען פון די גאנצע חרדי'שע געמיינדע, אז מ'זאל דאס נישט אפשטעלן.


דער רבי שליט"א האט זיך צוערשט שטארק באדאנקט פאר זיין ווארעמע הילף ביז אהער פאר אלע געברויכן וואס איז נוגע דעם היימישן ציבור, און דאן פארגעלייגט פאר'ן ספיקער דעם קריטישן געברויך פאר אזא פראגראם, און ער זאל זען צו נוצן זיין מאכט אז דאס זאל ווייטער קענען אנגיין.


דער ספיקער האט פארשפראכן פאר'ן רבי'ן צו טון וואס אימער ער קען צו ערפילן די בקשה, און דער רבי שליט"א האט אים שטארק באדאנקט און געוואונטשן פיל מזל און גליק אין זיין מאכטפולע פאזיציע.


Comments


bottom of page