top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תלמידים קרוים בנים: האד' מבאבוב-45 צוריק מחדש פריוואטע שלחן הטהור ליל שב"ק מיט תלמידי הישיבה

מאנטאג פ' בהר • י"ב אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


בנועם קדושת השבת האבן די תלמידים פון די עלטסטע כתה אין מתיבתא דבאבוב-45 זוכה געווען צו מסיב זיין על שלחן מלכים, און געניסן פון די קירבה יתירה ביי מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א ביים עריכת שלחן הטהור דעם פארלאפענעם ליל שב"ק, וואס דער רבי האט געפראוועט די ערשטע חלק פונעם טיש אויסשליסליך מיט די בחורים.


דער איינפיר פון פראווען די פרייטאג צונאכטס טיש מיט די בחורים באופן פרטי, האט דער רבי שליט"א איינגעפירט נאך אין שנת תשע"ט, ווען דער רבי האט דאן ביים סעודת ר"ח אייר מיט די בחורים פראקלאמירט אז ער איז משתוקק צו האבן א נענטערן קשר מיט יעדן בחור, אבער בליעה"ר די ישיבה צעוואקסט זיך און סאיז ממש נישט שייך, ממילא וועט ער פירן מיט זיי פרייטאג צונאכטס, אין די שפעטע שבתים, פון נאך פסח ביז זומער ווען מ'פארט ארויס אין קעמפ, אריינקומען צו שלום עליכם תיכף נאך קידוש צוזאמען מיט די בחורים פריוואט, און מיט זיי אפרעכטן די סעודה ביז כל מקדש, ווען דאן וועט זיין פאר'ן גאנצן ציבור צוזאמען.


דער איינפיר האט זיך בשעתו שטארק איינגעגעבן, ווען עס איז געווארן ארגאניזירט בסדר נכון ונשא, יעדע וואך פראוועט דער רבי דעם ערשטן חלק טיש מיט א צווייטע כתה פון ישיבה, אנגעהויבן פון די עלטסטע כתה ישיבה גדולה ביז אראפ צו די ישיבה קטנה. א יאר דערויף, תש"פ, איז דאס נישט פארגעקומען צוליב קאראנא, און א יאר דערויף תשפ"א איז עס ווייטער אנגעגאנגען, זייענדיג לעונג רוחני פון די בחורים.


נאך א הפסקה פון צוויי יאר האט דער רבי אצינד מחדש געווען דעם סדר כבראשונה, ערוועקנדיג ביי די בחורים א שמחה רבה פאר די זכי' גדולה וואס זיי וועלן האבן, ווען ס'איז טאקע פאריגן שב"ק אמור אריין אין קראפט ביתר שאת ועוז, אנגעהויבן די ערשטע וואך מיט די עלטסטע כתה אין ישיבה גדולה.


תיכף נאכ'ן גוט-שבת זאגן זענען די בחורים ארויף צו די היכל-טישן, און ווארטנדיג אויפ'ן רבי'נס אריינקום האט מען געהערט די ווארעמע דברי הכנה דורכ'ן משמש בקודש הרב חיים יונה וויס, וועלכער האט אנגעווארעמט די בחורים איבער די זעלטענע זכי' צו זיין מאוכלי שולחן מלכים.


די טיש איז אריבער מיט א געוואלדיגע התרוממות הנפש פון שעות של קורת רוח, ווען די בחורים שלונגען מיט דורשט די הערליכע דברי תורה וחסידות דורכ'ן רבי'ן שליט"א, דער רבי טיילט פאר זיי פערזענליך שריים מיט א מאור פנים און פארפירט שמועסן מיט די בחורים, און באזונדער די זכי' וואס די בחורים האבן געהאט מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן במשך די טיש.


המלך במסיבו

Comentarios


bottom of page