top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בני ברק • האד' מנדבורנא ביתר אונטערגעפירט בנו החתן אונטער די חופה בשעטומ"צ

זונטאג פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר בחדרי חרדים


חסידים ואנשי מעשה האבן זיך דעם פארלאפענעם וואך מיטגעפרייט ביי די שיינע רעבישע שמחה איו בני ברק ווען עס איז געגאנגענען אונטער די חופה די חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ביתר שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א גאב"ד קרית הרמ"א בית שמש, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יעקב מאיר שפירא שליט"א רב קהל חסידים אין רמה ד' בית שמש זון פון הגה"צ ר' חיים צבי שפירא שליט"א רב דקהל חסידים רמת אהרן וראב"ד בד"ץ מחזיקי הדת, און איידעם ביי הגה"צ ר' מאיר כ"ץ שליט"א ראש כולל ש"ס אין רמת ויזניץ חיפה די חתונה איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם מיטוואך אין עיר התורה והחסידות בני ברק ברינה וצהלה במקהלות עם רב.


ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דעם זיידע פונעם חתן הגה"צ גאב"ד קרית הרמ"א קריאת הכתובה די פעטער פון די חתן כ"ק אדמו"ר מנדבורנא אלעד שליט"א די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידע הגה"צ רבי מאיר כץ, די פעטערס הגה"צ רבי שמואל דוד גאלדמאן גאב"ד זוועהיל, און הגה"צ רבי שלום אהרן אשכנזי ראש ישיבת נדבורנא, און הגאון ר' מנחם קליין אב"ד פראנקפורט, און ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד מחזיקי הדת, נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, און די אבי החתן די נדבורנא רבי שליט"א און די זיידע גאב"ד קרית הרמ"א האבן אנגעוונטשן ווארימע ברכות לכל העם האנספים.


די סעודת החתונה איז באשיינט געווארן דורך פילע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי האדמורי"ם מסערט וויזניץ, מחנובקא בעלזא, פיטסבורג, סאסוב, זוטשקא, ביטשקוב, ספינקא ירושלים, גארליץ, שאץ וויז'ניץ, ספינקא בני ברק, ספינקא גני גד, קליוולאנד, ראדזין, אב"ד סקולען ב"ב, גאב"ד קוממיות, אב"ד קרית צאנז טבריה און נאך.


נאכן בענטשן האט מען צוגעטראטן צום געהויבענעם מעמד המצווה טאנץ ווען די געהויבענע זיידעס הרבנים הצדיקים שליט"א זענען געטאנצן לפני הכלה, א באזונדערע פייערדיגע ריקוד קודש איז געשאפן געווארן דורך די ברודער'ס כ"ק האדמורי"ם מנדבורנא שליט"א פון בני ברק, ירושלים, אלעד און ביתר אינאיינעם מיט די ברודער'ס און שוואגער'ס הרבנים הגאונים הצדיקים, און צום קלימאקס האט די מחותן די נדבורנא רבי שליט"א אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט.


די געהויבענע חתונה האט נאכגעפאלגט מיט די שבעת ימי המשתה, און די געהויבענע שבת של שמחה וואס איז פארגעקומען דעם שבת אין שטאט בני ברק במחיצתו פונעם זיידן הגה"צ רבי חיים צבי שפירא בבית מדרשו קהל חסידים אין די רמת אהרן געגנט, בהשתתפות פון די חשובע געסט מבני המשפחה ובראשם די געהויבענע מחותן כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ביתר וועלעכע איז געקומען צופארן אויף שבת אין באגלייטונג פון א גראפע חסידים ובחורי החבורות, פרייטאג צונאכטס האט די רבי אפגעראכטן די עריכת השולחן אין די זאל פון בית מלכה, שבת אינדערפרי האט די רבי געדאווענט מוסף פארן עמוד, אין ביי שלש סעודות אין בית מדרש קהל חסידים האט די רבי געזאגט שלש סעודות תורה.























































































































































Comments


bottom of page