דינסטאג פ' פקודי • כ''ה אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

אין ווייטערדיגע באריכטן איבערן מצב הבריאות ביי כ''ק האדמו''ר מבית שמואל צבי דספינקא שליט''א, וואס איז עם אנהייב וואך שפיטאליזירט געווארן אין די NYU שפיטאל אין מאנהעטן ווי מען האט - ווי באריכטעט - דורכגעפירט אן עמערזשענסי אפעראציע נאך וואס עס איז אנדעקט געווארן א לאך אינעם מאגן ביים רבי׳ן.
כאטש דער מצב ביים רבי'ן איז געוועהן היבש שטאביל די לעצטע טעג, האבן די דאקטוירים באשלאסן, צייטווייליג ארויפצולייגן דעם רבי'ן אויף א רעספירעיטאר, צו פארגרינגערן דעם אטעם און שטאביליזירן די בלוט דרוק וואס שטייט לעת עתה גאר נידעריג. אין לויף פון די קומענדיגע פיר און צוואנציג שעה וועלן די דאקטוירים אבזערוויזן די אנטוויקלונגען מיטן האפענונג אז דער גוף זאל זיך מתגבר זיין אויף די אינפעקציע וואס איז ליידער שטארק צושפרייט, און באשליסן איבער די ווייטערדיגע באהאנדלונגען אינעם רבינס האקאלע סיטואציע.
היינט נאכמיטאג איז פארגעקומען מעמד תפילת רבים ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי הערשעלע מספינקא זי"ע אויפן בית החיים אין ניו דזשערזי וואו עס האט זיך אויך משתתף געוועהן דעם רבינס פעטער כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, וועלכער האט מרעיש עולמות געוועהן כדרכו בקודש, און איינגעריסן וועלטן פארן גענצליכע רפואה פונעם רבי'ן שליט"א, מרן יוסף מאיר בן בלומא שרה, בתוך שאר חולי ישראל.
Comentarios