זונטאג פ' תזריע • כ"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז דעם פארגאנגענעם וואך אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל מתפלל צו זיין ביי די מקומות הקדושים לקראת די חתונה פונעם ערשטן אייניקל דעם זומער.
דורכאויס די וואך האט ער באזוכט אין בני ברק ביים שווער מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט''א און ביי כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א, און אויך מתפלל געוועהן ביי די ציונים הק' אינעם אוהל אדמור"י בית וויז'ניץ אויפן בית החיים אין בני ברק. מיטוואך אויפדערנאכט איז ער אנגעקומען קיין אשדוד אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א, און דערנאך באזוכט אינעם נייעם פראכטפולן טאלנא ביהמ"ד אין שטאט.
דאנערשטאג האט ער זיך ארויסגעלאזט אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין גליל, צופרי האט מען געדאווענט שחרית אינעם טשערנאבילער קלויז אין עיה"ק צפת, וואו מען האט געליינט אינעם ספר תורה פון הרה"ק רבי אהרן טשערנאבילער זי"ע, און דערנאך מתפלל געווען אויפן איר אלטן ביה"ח אין צפת און אריינגעכאפט א טבילה ביים מקווה האר"י, דערנאך איז מען צוגעפארן מתפלל זיין ביי ציונים אינעם געגנט פון בנימין הצדיק, נחום איש גמזו און התנא רבי יהודה בר עילאי.
נאכמיטאג איז מען אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון ווי מען האט געדאווענט מנחה, און עס איז פארגעקומען א חאלאקע ביי איינער פון די חסידים, אויפדערנאכט איז מען אנגעקומען קיין טבריה ביי די ציונים הק' פונעם של"ה, די רמב"ם, רבי עקיבא, און מעריב ביים ציון התנא האלוקי רבי מאיר בעל הנס, אזוי אויך האט מען מתפלל געוועהו ביי די ציונים פונעם תלמידי הבעש"ט הק' אויפן בית החיים העתיק.
ליל שישי האט זיך הרה"צ רבי יצחק שליט"א צוריק געקערט קיין בני ברק, ווי ער האט געוויילט אויף שבת במחיצת הקודש פון חותנו הגדול מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין קרית מלך רב - קרית וויזניץ.
Comments