top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסיבת לחיים במעון הקודש פון האד' מאמשינוב לרגל שמחת נישואי נכד האד' מפינסק קארלין | ווידיאו

מאנטאג פ' ויקרא • ב' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

א באשיידענע מסיבת לחיים איז היינט אפגעהאלטן געווארן בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אין ירושלים, לכבוד די שמחה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, בנישואי נכדתו הכלה למזל טוב. די שייכות צווישן די צוויי אדמור"ים גייט צוריק צענדליגער יאהרן פון די תקופה ווען זיי האבן אינאיינעם געלערנט אין די בחורישע יאהרן אין די אמשינובער ישיבה.


היינט אויפדערנאכט שטייענדיג אין די שבעת ימי המשתה נאך די חתונה פון א אייניקל, איז דער רבי שליט"א אנגעקומען למעון הקודש פונעם אמשינובער רבי'ן אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים, מקבל צו זיין דעם ברכת הקודש בעידן חדוותא. די רבי'ס האבן פארברענגט בנועם שיח ארום א שעה צייט, שמועסנדיג דברי תורה, און עניני דיומא פון חודש ניסן און יום טוב פסח. דער אמשינובער רבי האט דערביי איבערגעגעבן הדרכות ישרות פארן חתן און דערנאך אריינגעברענגט כיבוד, און מכבד געוועהן מיט לחיים. די רבי'ס האבן זיך געוואונטשן איש את רעהו, מיט א כשרן יום טוב, ונפרדו לשלום ברוב ברכות.


Comments


bottom of page