דאנערשטאג פ' מצורע • י' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: יהושע פרוכטר
אין די יעצטיגע נאכמיטאג שעהן אין ארץ ישראל איז כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א בחסדי שמים באפרייט געווארן פון שפיטאל לביתו נאווה קודש, נאכן קאמפליצירטע אפעראציע וואס די רבי שליט"א איז די וואך דורך אויפן קאפ, די רבי וועט זיך בס"ד ערהולן אין שטוב די קומענדיגע טעג אין האפענטליך קענען פראווענען דעם יום טוב פסח זמן חרותנו בקרב עדת צאן מרעיתו בחצר קדשו אין ירושלים עיה"ק.
כלל ישראל טוט ווייטער מתפלל זיין למען בריאותו השלימה פונעם רבין שליט"א מרן ארי' לייב בן יוכבד מונטשע לרפו"ש שיתחדש כנשר נעוריו, דער רבי זאל זיך ווי גיכער צוריקכאפן צו די כוחות און זיך אומקערן לאיתנו הראשון בבריא גופא ונהורא מעליא.
Comments