פרייטאג פ' עקב • י"ט אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
פתח לנו שער בעת נעילת שער, צהלי ורוני יושבת בארא פארק: מיט אן אומבאשרייבליכן התרגשות האבן חסידי ואוהדי תולדות אברהם יצחק אין שטאט בארא פארק, און אלע תושבי העיר בכלל, אויפגענומען די בשורה טובה ומרנינה אז אויך זיי וועלן זוכה זיין אז 'עלי יניח צדיק את ראשי', און נאכפאלגנדיג די געהויבענע וואכן וואס דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן דאהי אין אמעריקע אויף א ביקור קודש לטובת דעם אויפבוי 'בית מדרשו של רבי' דער נייער ביהמ"ד הגודל תולדות אברהם יצחק אין ירושלים, וועט דער רבי שליט"א אי"ה אריינקומען קיין בארא פארק אויף א געהויבענעם באזוך די קומענדיגע וואך מאנטאג פ' ראה.
דער רבי קומט צו פארן צו באשיינען דעם מעמד 'חנוכת הבית' פאר'ן ביהמ"ד דחסידי תולדות אברהם יצחק אין בארא פארק, וואס שטייט בנשיאות בנו הרה"צ ר' ישראל קאהן שליט"א וועם דער רבי שליט"א האט מיט עטליכע יאר צוריק ממנה געווען אלס דער איש על העדה צו שיין אין שפיץ פון די הערליכע און בליענדע קהלה אין שטאט, דער מעמד וועט אויך זיין קאמבינירט מיט א 'הנחת אבן הפנה' פאר א נייעם פליגל אינעם עקזיסטירנדן ביהמ"ד וואס מ'וועט אי"ה אנהייבן צו בויען צוליב דעם צבור ההולך ומתרבה בליעה"ר, גלייכצייטיג וועט דאס אויך דינען אלס 'מסיבת פרידה' פאר'ן רבי'ן שליט"א זייענדיג בלויז געציילטע שעה'ן בעפאר דער רבי לאזט זיך אויפ'ן וועג צוריק אהיים קיין ארצנו הקדושה.
ביים מעמד וועט עקסטער געגעבן ווערן א געלעגנהייט פאר די נגידים ותומכים וועלכע האבן זיך אנגעשטרענגט מיט גרעסערע סכוכים לטובת דעם פראיעקט, אריינצוגיין אל הקודש פנימה צום רבי'ן שליט"א וועלכער וועט יעדן געזעגענען און איבערלאזן ברכות קדשו לרגל דעם נייעם יאר. תיכף נאכ'ן מעמד וועט דער רבי שליט"א זיך ארויסלאזן צום לופטפעלד אויפ'ן וועג אהיים קיין ארצנו הקדושה. כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך.
Comments