top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גייסטרייכע באזוך פון האד' מקרעטשניף י-ם אין מפעל 'לחמי מרדכי' בנשיאות בנו חביבו בעל 'דרך אמונה'

זונטאג פ' בהעלתך • י' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין די טעג בעפאר די פארלאפענעם יו"ט שבועות האט כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א אפגעשטאט א חיזוק באזוך אין די הויפטקווארטירן פונעם מפעל החסד "לחמי מרדכי" אין בית שמש וואס שטייט בנשיאות בנו המשפיע הרה"צ רבי מאיר איתמר ראזנבוים שליט"א בעל 'דרך אמונה', וואו די רבי שליט"א האט זיך ארומגעקוקט אויף די פיבערהאפטיגע הכנות זיך גרייטנדיג אויף די יום טוב'דיגע חלוקה פאר פולע אלמנות אין יתומים.


נאך א קורצע שפאציר אינעם מפעל צוזעהנדיג מיט די אייגענע אויגן די עבודת הקודש פון די הכנות ביים אנגרייטן די אלע צרכי השבת,וואס ווערט דעליווערט צו הונדערטער אלמנות אין אלמנים אין בית שמש צו זייער טיר בדרך כבוד, האט די רבי שליט"א אויסגעדריקט זיין התפעלות און שטארק אנגעוואונטשן די עסקנים פון די וואוילטעטיגע ארגענעזאציע און דערביי מאציל געוועהן מברכותיו מריחוק מקום פאר בנו חביבו הרה"צ רבי מאיר איתמר שליט"א, די רבי האט מעודד געווען און מחזק געווען די עסקנים ווייטער אנצוגיין מיט די געוואלדיגע ארבעט ביתר שאת וביתר עוז.


די רבי האט דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים אין די אפיסעס פונעם מעפל און געהערט א דעטאלירטע באריכט איבער די גרויסארטיגע חלוקות מידי שבת בשבתו ומועד במועדו, און בפרט די יעצטיגער חלוקה וואו עס איז פארטיילט געווארן ווערדפולע צירינג אריינצוברענגען א שמחת יו"ט פאר די חשובע אלמנות.




Comments


bottom of page