top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערשטמאליגע חתונה בחצר הקודש וויען געפראוועט בהיכל ביהמ"ד הגדול | בילדער גאלעריע

דאנערשטאג פ' נצבים - וילך • כ"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

תלמידי וחסידי וויען האבן פארלאפענעם דינסטאג מיטגעהאלטן די געהויבענע שמחת החתונה בחצר הקודש וואס איז אויף א ערשטמאליגע פארנעם געפראוועט געווארן בהיכל בית המדרש הגדול דקהל עדת יראים וויען אין וויליאמסבורג וואס איז  מייסטערהאפטיג איינגערישט געווארן נאך שווערע ארבעט וואס די עסקנים האבן אריינגעלייגט, צו קענען ארייננעמען דעם גרויסן ציבור חסידים.


עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א אב"ד טארניגראד, זון פון הגה"צ ר' שמואל חיים האלבערשטאם שליט"א מקשאנוב, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' ישראל דוד האניג שליט"א ראש ישיבה קטנה אמרי חיים וויזניץ בארא פארק.


ביים מעמד החופה ברחובה של עיר פארנט פון ביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן שליט"א האט די רבי מסדר געווען חופה וקידושין, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ אב"ד סאדאוונע שליט"א, און מיט די שבע ברכות די זיידע הגה"צ  ר' שמואל חיים האלבערשטאם שליט"א מקשאנוב.


ביים חתונה האבן זיך אנגעזעהן צווישן אנדערע האדמורי"ם מוויזניץ וויליאמסבורג,וויזניץ בארא פארק, צעהלים און פארשעי, הגה"צ רבי חיים הערש טייטלבוים אב"ד סיגוט בשליחות אביו האדמו"ר מסאטמאר, און הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בשליחות אביו האדמו"ר מוויזניץ.


באזונדער האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פונעם רבינס עלטערע ברודער כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א מיט וועם די רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א ברודערליכע טאנץ, אויך איז דער רבי  אראפ אין צענטער פונעם זאל טאנצן מיט די חתן און מחותנים זייענדיג ארומגענימען מיט הונדערטער חסידים ומעריצים וועלכע האבן זיך געהויבן בריקודין נלהבין זיך מיטפרייענדיג בשמחת רבם ומאורם.


איידער דעם רבינס מצווה טאנץ האט מען איבערגעגעבן א מנחת ביכורים פון איבער זיבן טויזנט שעות רציפות וואס איז געלערנט געווארן דורך די בחורי הישיבה כהכנה דרבה, דערנאך האט בדחנא דמלכא ר' נחמן ליווי הי"ו אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו די ריקודי הקודש לפני הכלה.






















































Comentarios


bottom of page