top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יומא דהילולא קמא • פילצאליגע תלמידים וחסידים באטייליגט ביי יארצייט סעודה פון כ"ק האד' מחוסט זצוק"ל

דינסטאג פ' תרומה • ד' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברמי ווייס


פילצאליגע תלמידים וחסידים האבן מעלה געוועהן זכרו הבהיר פון כ"ק אדמו"ר מחוסט זצוק"ל, ביי די ערשטע יומא דהילולא קדישא כ"ט שבט, וואס איז אויסגעפאלן פארלאפענעם דאנערשטאג משפטים העעל"ט. א גרויסארטיגע סעודת הילולא איז געפראוועט געווארן בליל ההילולא אין די זאל פון לומער, אויף די 50'סטע סטריט אין בארא פארק, וועלכע איז געוועהן איבערגעפולט פונעם ריזן צבור משתתפים, מוקירי זכרו הטהור. ביי די סעודה האט מען מסיים געוועהן ש"ס, וואס איז געלערנט געווארן דורך חברי קהלת חוסט תלמידים וחסידים, לעילוי נשמתו פונעם בעל ההילולא זצ"ל.


בראש המסובים האבן באשיינט די מעמד א רייע אדמור''ים ורבנים חשובים, א גייסטרייכער פראגראם פון דרשות און אויפטריטן איז געוועהן צוגעגרייט, ביי וועלכע מ'האט דערמאנט דעם צדיק'ס פעולות לחיים עלי אדמות, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן: דער יושב ראש המעמד העסקן מוה"ר משה מנחם פריעדמאן הי"ו, עירמאנט ווילידזש טראסטי, א תלמיד פון בעל ההילולא זצ"ל. דברי פתיחה איז געהערט געווארן פון הרה"ג רבי בערל אייזיקסאן שליט"א רב דקהל בית שלמה סטעטן- איילענד, מלפנים מגיד שיעור בישיבת תורת חסד ד'חוסט. עס האט אויפגעטראטן מיט א דרשה לכבוד המעמד - הרב ר' אלי' יצחק ראזענבערג שליט"א מנהל ישיבת קראסנא, א תלמיד פונעם בעל ההילולא.


נאכן סיום הש''ס האט אויפטגערעטן די נואם הכבוד דער פה מפיק מרגליות הרה"ג רבי שמואל דישון שליט"א, מנהל מוסדות יד ישראל קארלין סטאלין, א ידיד נאמן מיטן חוסטער רבי'ן זצ"ל, וועלכער האט געהאלטן געשפאנט די פארזאמלטע מיט זיינע גייסטרייכע רייד. דערנאך האבן אויפגעטרעטן מיט דברי זיכרון די איידעמער פונעם בעל ההילולא: הגה"צ רבי שמעון מרדכי יונגערווירטה שליט"א, און הגה"צ רבי דוד פאללאק שליט"א, און ארומרעדן פאסיגע דברי זכרון פונעם גרויסן שווער זצ"ל. מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרה''ג רבי שמואל שמעלקא לייפער שליט''א א פלומעניק פונעם בעל ההילולא.


ביים יארצייט סעודה איז געוועהן צו באקומען דער נייער ספר "תולדות שמואל" על המועדים, פארפאסט דורכ'ן בעל ההילולא, וועלכע איז ערשינען אלס די ערשטע פון א רייע ספרים וואס וועלן בעזהשי"ת זעהן דעם אור הדפוס, פרי עמלו חידושים וביאורים פונעם גרויסן מחבר זצ"ל.


במשך די 24 שעה פון די הילולא איז דער ציון הקדוש אויפן בית החיים הר שלום אין מאנסי - פארוואנדלט געווארן אלס צענטער פונקט פאר הונדערטער אידן פון איבער גרעיטאר ניו יארק, וועלכע זענען געקומען צו פארן מקרוב ומרחוק מתפלל זיין און שופך שיח זיין. די עסקנים האבן צוגעגעגרייט אלע געברויכן פארן ציבור המשתטחים, ווי ספרי תהלים, ליכט, און קוויטלעך.


אין טאג פונעם יארצייט איז אנגעקומען די פרייליכע ידיעה איבער די געבורט פון א אייניקל ביים רבי'ן זצ''ל בעל ההילולא, בת הנולדה אצל חתנו הגה"צ רבי שמעון מרדכי יונגערווירטה שליט"א, די קידושא רבה איז געפראוועט געווארן דעם שב"ק פ' משפטים אין ביהמ''ד חוסט אין בארא פארק וואו א גרויסער ציבור איז געקומען אפגעבן ברכת מזל טוב.






















Comments


bottom of page