top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עולם התורה טרויערט נאך פלוצימדיגע פטירה פון הגאון רבי אברהם אוסבאנד זצ"ל ראש ישיבת טעלז ריווערדעיל

דאנערשטאג פ' שופטים • ב' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

תורה תורה חגרי שק, שוד ושבר בגבולנו: דער עולם התורה אין אמעריקא איז איינגעהילט אין טרויער מיטן אנקום פון די ביטערע בשורה איבער די פלוצימדיגע פטירה  פון הגאון רבי אברהם אוסבאנד זצ"ל, ראש ישיבת טעלז ריווערדעיל וועלכע איז היינט פלוצלינג אוועקגעפאלן אין די ישיבה אינעם ערשטן טאג פונעם אלול זמן, און האט קורצליך דערויף ליידער אויסגעהאכט זיין נשמה אין עלטער פון בלויז 76 יאהר.


דער ראש ישיבה איז געוועהן פון די אויסגערופענע גדולי התורה אין אמעריקא, ער האט מרביץ תורה געווען יארן לאנג, און האט אוועקגעשטעלט תלמידים לאלפים זייענדיג א פה מפיק מרגלית מיט א הפלא'דיגע שפראך צו יעדן איינעם. זיין פאטער הגאון ר' אייזיק אויסבאנד ז"ל איז געוועהן דער לאנג יעריגער ראש ישיבת טעלז אין קליוולאנד, און זיין שווער הגאון ר' בנימין זיילבערגער ז"ל איז געוועהן דער ראש הישיבה אין ישיבת בית התלמוד אין בענזאנהורסט.


מיטן אנקום פון די בשורה לא טובה איז אראפגענימען געווארן די פרוכת אינעם היכל הישיבה וואו דער ראש ישיבה זצ"ל האט נאך היינט איבערגעגעבן דעם טעגליכן שיעור ווי זיין שטייגער מידי יום ביומו, און עס ווערן געמאכט די הכנות פארן מסע הלוי' וואס וועט ארויסגיין מארגן פרייטאג פארמיטאג פון די ריווערדעיל ישיבה אין די בראנקס, אויפן וועג קיין ארץ הקודש.



Comments


bottom of page