זונטאג פ' כי תשא • ט' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט שאק און שוידער האבן הונדערטער חסידי וויזניץ אויפגענומען די בשורה קשה, איבער די פלוצימדיגע פטירה פון הרב החסיד ר' מאיר טויב ע"ה פון די גאר חשובע חסידים און עסקנים, און לאנגיעריגער גבאי נאמן פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע.
ר' מאיר איז געווען א זון פון הרב החסיד ר' משה בער טויב ע"ה, און א איידעם ביי הרב החסיד ר' יצחק דוד ראזענבערג ז"ל מפארי חסידי וויזניץ. ער האט זוכה געוועהן יאהרן לעמוד ולשרת בקודש ביי די טישן בחצר הקודש וויזניץ אין מאנסי, און אנגעהויבן די ניגונים ביי די שולחנות הטהורים. אלע יארן איז ער צוגעשטאנען מיט א מורא'דיגע געטריישאפט, און שטענדיג צוגעלייגט א האנט ארויסצוהעלפן די שטוב ווירטשאפט ביים רבי'ן. באזונדער איז ער געוועהן אחראי צוצושטעלן די ימים טובים אין די וויזניצער הויף, בפרט יום טוב פסח האט ער געזארגט פאר אלע רבישע איינצולהייטן וואס פארלאנגט זיך אין אזא זמן קהלה ווען טויזענטער חסידים און געסט קומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש.
ר' מאיר ע"ה איז געוועהן א עוסק בצרכי ציבור בנאמנות, יאהרן לאנג האט ער געדינט אלס דער מנהל מוסדות וויזניץ בארא פארק, וואו ער האט אריינגעלייגט כוחות עצומות פארן הצלחה פון די מוסדות אלס מיט א ישרות און ענוות חן, ער האט פארמאגט א גאלדענע הארץ און ליבליכקייט צו יעדן איד, וויזניצער חסידים געדענקן זיין הארציגע שמייכל און גוט ווארט אין יעדע געלעגנהייט, כאטש וואס ער האט זעלבסט אסאך מיטגעמאכט דורכאויס זיין לעבן.
מיט בלויז עטליכע חדשים צוריק האט ער זוכה געוועהן צו דערלעבן די גרויסע שמחה ווען זיין זוהן הרה"ח ר' נחמן טויב הי"ו משב"ק ביי כ''ק האדמו''ר מוויניץ מאנסי שליט''א האט געהאלזט זיין ערשטן קינד, 13 יאר נאך די חתונה.
נעכטן מוצאי שבת האט ער געליטן פון א הארץ אטאקע, פון וואס ער איז נפטר געווארן לחיי העולם הבא, אין בליענדן עלטער פון פיר און זעכציג יאר.
די לוויה קומט פאר היינט פארמיטאג ביים גרויסן וויזניצער ביהמ''ד אין מאנסי, צום בית החיים אין מאנסי וואו ער וועט קומען למנוחה נכונה.
ת.נ.צ.ב.ה.

Comments