top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ירושלים של מעלה באוויינט פלוצימדיגע פטירה פון הגאון ר' מאיר בראנד זצ"ל חבר בד"ץ מחזיקי הדת בעלזא ומרבני ק"ק ביאלא

מאנטאג פ' כי תשא • י' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין דער שטאט ירושלים באוויינט מען די שווערע אבידה, מיט די פטירה פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, ר' מאיר בראנד זצ"ל, חבר בד"ץ מחזיקי הדת בעלזא, מרבני קהילה קדושה ביאלא, מראשי כולל שומרי החומות און חבר נשיאות מפעל הש"ס העולמי, וואס איז יעצט נאכמיטאג נפטר געווארן לחיים העולם הבא אין עלטער פון 81 יאהר, נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע דעם פארלאפענעם שב"ק.


דער גאון איז געווען א זון פון הגאון רבי אליעזר דוד בראנד זצ"ל ר"מ בישיבת שומרי החומות, מראשי אוצר הפוסקים ומפעל הש"ס, אין זיינע בחורישע יארן האט ער געלערנט אין די סלאבאדקע ישיבה אין בני ברק, און זיך אויסגעשארפט בתורה והוראה זייענדיג א ריכטיגער גאון ושולט בכל מכמני התורה.


דער דיין איז געוועהן פון די פני העדה ומהיושבים ראשונה במלכות בחצר הקודש ביאלא, ער איז נאך אויפגענומען געווארן דורך רבו הרה"ק בעל חלקת יהושע מביאלא זי"ע צו דינען אלס בעל תוקע ראש השנה, א פאסטן וואס ער האט אנגעהאלטן צענדליגער יאהרן. נאך די פטירה פון מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל בעל מבשר טוב, מיט עטליכע חדשים צוריק, האט ער איבערגעגעבן דעם ערשטן קוויטל פאר יבלחט"א בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א.


בשנת תשע"ד איז ער אויפגענומען געווארן אלס חבר בית דין צדק דקהל מחזיקי הדת בעלזא וואו ער האט אלס דיין און מורה צדק געפסקנט שאלות און דיני תורה להורות דבר השם זו הלכה. באזונדער איז דער דיין געוועהן שטארק נערץ אין בעלזא, און פלעג יעדן יום טוב עולה זיין לתורה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


די מסע הלוויה קומט פאר היינט 10:00 ביינאכט פון בית הלויות שמגר אין ירושלים, צום ריכטונג פון ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא, און דערנאך ביים ביהמ"ד הגדול ביאלא אויף רח' יעקובזוהן צום הר הזיתים וואו דער רב זצ"ל וועט קומען לקבורה.


ת.נ.צ.ב.ה.


Comentarios


bottom of page