top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דרכי וויזניץ אבילות: אלפי ישראל באגלייטן מיט טרויער ארון פון הרבנית הצדיקת מוויזניץ מאנסי ע"ה

דאנערשטאג פ' ויחי • ט' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

וירב בבת יהודה תאניה ואניה


אלפי חסידי וויזניץ די בכל אתר ואתר זענען נאך איינגעהילט אין טרויער און גרויס צער, שטייענדיג נאך די פטירה פון הרבנית הצדיקת מוויזניץ מאנסי עליה השלום, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וואס איז נסתלק געווארן לשמי מעל נעכטן דינסטאג באישון ליל צום טיפן צער און טרויער פון בני משפחתה, און חסידי וויזניץ וכל בית ישראל.


די שווערע בשורה האט זיך בליץ שנעל צושפרייט פון מויל צו אויער צו די טויזנטער חסידים אומעטום, וועלכע האבן זיך תיכף צופרי ארויסגעיאגט קיין מאנסי מיטצוהאַלטן דעם מסע הלוי', און אפצוגעבן דעם פאַַרדינטן כבוד פאר די הויכגעשעצטע רביצין ע"ה עזרתו בקודש.


ביינאכט האט די מיטה פארלאזט דעם מאונט סיני שפיטאל אויפן וועג קיין מאנסי, אין באגלייטונג פון די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט''א וועלכע זענען געוועהן אנוועזנד בשעת יציאת נשמה. די מיטה האט גענעכטיגט בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן שליט"א דאס הויז ווי די רביצין ע"ה האט אזויפיל יאר געפירט איר הייליגע ארבעט מיט אזא אויסטערלישע געטריישאפט, אלעס שטיל און באשיידן פאר זיך, דארט האבן זיך צופרי געזעגענט די בני משפחת המלוכה וואס האבן צוזאמען באוויינט די אבידה גדולה. אין צימער זענען אויך געווען אנוועזנד די דריי ברידער, הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, הגה"צ אבד"ק אוהעל מאנסי שליט"א, און הגה"צ אבד"ק אוהעל וויליאמסבורג שליט"א.


פון איבער גאנץ ניו יארק און ניו דזשערזי זענען געקומען צו פארן טויזענטער חסידים, מכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע, פון נאנט און ווייט. די גאסן אין שיכון וויזניץ מאנסי זענען שווארץ געווארן פון מענטשן שוין אין די צופרי שעה'ן, ארום 11:30 ווען די מיטה האט אנגעהויבן קורסירן די גאסן פון שטעטל, נאך די טהרה אין די טהרה שטיבל נעבן די וויזניצע בית החיים.


צווישן די פילע אדמורי"ם ורבנים ביי די לוויה האבן זיך אנגעזעהן די קרובי המשפחה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, די פעטער און מחותן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, די שוואגער'ס האחים האדמורי"ם לבית וויזניץ פון קאיימישע, וויליאמסבורג, און ירושלים די שוואגער'ס האדמורי"ם מניקלשבורג, ביקסאד, קאסאני, שאץ, האדמורי"ם מוויזניץ בארא פארק, ראחמיסטריווקא וויליאמסבורג, ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי, בית שמואל צבי דספינקא, און ספינקא מאנסי.


און אזוי אויך פילע אדמורי"ם ורבנים האדמורי"ם מראחמיסטריווקא פון בארא פארק, לעיקוואד און אוקענויין, זוועהיל, לויעוו טשערנאביל פארשעי, קאסאן הילקרעסט, זידטשויב פרעמיסלא, סקווירא פון בארא פארק, בארניב, קאליש, סוליצא, פאפא ב"פ, בריזדוביץ, גאב"ד סאטמאר מאנסי, אב"ד ווענגרוב, אב"ד בערטש, אב"ד סאווראן, אב"ד גראסווארדיין, אב"ד קראלי מאנסי, אב"ד קהל אברכים, אב"ד פאפא מאנסי, אב"ד באבוב 45 מאנסי, אב"ד מאדא, אב"ד ניימארק, אב"ד שרגא המאיר, הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, הגאון ר' אפרים וואקסמאן ראש ישיבת מאור יצחק, הגה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם בן האדמו"ר מבאבוב און זיין שוואגער הגה"צ רבי חיים דוד וואקסמאן דומ"ץ באבוב מאנסי, א משלחת פון רבני גור בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א און נאך פילע רבנים דיינים ומורי הוראה.


ארום 11:45 איז די מיטה אנגעקומען פארנט פונעם בנין הת"ת בנין ווילחאוויץ וואו עס זענען געווען פארזאמלט די טויזנטער נשות הקהילה און תלמידות פון די וויזניצער מיידל שולע וועלכע זענען זיך צוזאַַמגעקומען אָָפּצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר די הויכגעשעצטע רביצין ע"ה וואָָס איז געוועהן א מוסטער פאר די תלמידות מיט איר געהויבענע הנהגה, מען האט זיך קורץ געזעגענט און דאן באגלייט די ארון אויפן וועג צום גרויסן ביהמ"ד ווי עס האבן שוין אפגעווארט מאסן חסידים ואנשי מעשה.


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א איז ארויסגעקומען פארנט פונעם ביהמ"ד נעבן די מיטה ארומגענומען מיט די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים, צום ערשט האט מען קריעה געריסן, די קינדער, די ברודער און שפעטער דער גרויסער מאַַן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, ונשמע קולו ביים זאגן די ברכה "דיין האמת" בלב נשבר, זייענדיג מצדיק דין שמים באהבה.


נאכן קריעה רייסן האט מען געמאכט די "הקפות" כנהוג. דערנאך האט הגה"צ ר' יחיאל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ הקהילה געזאגט די קל מלא רחמים כנהוג, און כנהוג בחצר הקודש וויזניץ האט מען נישט אפגעהאלטן קיין הספדים. די מאסן מלווים האבן דאן אנגעהויבן באגלייטן די מיטה אויף רוט 306 פונעם ביהמ"ד ביז צום בית החיים, וואו שווערע טויזנטער אידן האבן מיט צובראכענע געמיטער באגלייט דעם ארון, און בראש המלווים האט די גרויסער מאן די וויזניצער רבי באגלייט די מיטה מיטן קאר.


דורכאויס די נאכמיטאג שעות האבן די עסקנים אויסגעשטעלט די גאנצע בית החיים אויף א ספעציעלע פארנעם, אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן רואיגערהייט, בלויז די רבנים אדמורי"ם און אייניקלעך זענען אריינגעלאזט געווארן אינעם גדר, מען איז אריין אינעווייניג אין די אוהל וואו עס ליגט באהאלטן איר שוויגער הרבנית הצדיקת מוויזניץ ע"ה, א"ח כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל 'תורת מרדכי' מוויזניץ זצוק"ל, די חברה קדישא האט דורכגעפירט די קבורה כנהוג, און דערנאך האבן די קינדער געזאגט קדיש. 


נאך די קבורה איז דער רבי ארויסגעקומען פון אוהל וואו עס האבן צום ערשט מנחם אבל געוועהן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און דערנאך האחים האדמור"ים לבית וויזניץ שליט"א, און די אנוועזנדע רבנים, דערנאך זענען אלע חסידים אדורך זאגן המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים. 















Comments


bottom of page