top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה גדולה: ערשטע קינד געבוירן ביי האד' מצאנז זמיגראד; קידושא רבא דעם שבת אין בני ברק

מיטוואך פ' שמות • ט"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

בשמחה עצומה איז היינט צופרי אנגעקומען די בשורה טובה איבער די גרויסער שמחה בבית כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א בהולדת בתו למזל טוב, בת תחילה סימן יפה לבנים, שטייענדיג אנדערטהאלבן יאהר נאך די חתונה.


די שמחת הקידושא רבא וועט געפראוועט ווערן דעם קומענדיגן שב"ק פ' שמות אין ביהמ"ד צאנז זמיגראד אין בני ברק, במעמד קהל רב חסידים, ומעריצים און פילע געסט וואס וועלן קומען צו פארן און מיטהאלטן דעם שבת של שמחה אינעם רבינס הויף, בעצם יומא דהילולא קדישא פון זקינו כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד זצ"ל בעל 'אריה שאג' וועמענס יארצייט געפאלט אויס שב"ק י"ח טבת.


דער רבי וועט אין לויף פונעם שבת דאווענען די תפילות און אפרעכטן די טישן לרגל די יארצייט און לכבוד די גרויסער שמחה בבית מדרשו של בעל ההילולא.

Comments


bottom of page