top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויכוננו עיר מושב: ק"ק סאטמאר אין ארץ ישראל וועט אויפבויען נייע פרעכטיגע קהלה אין "טבריא"

זונטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס פרייד האבן חסידי סאטמאר אויפגענומען די נייע גלאררייכע עפאכע פון הרחבת גבולי הקדושה בממלכת סאטמאר אין ארה"ק, מיט'ן גרינדונג פון א הערליכע קהלה נאה וחסודה אינעם עיר הקודש והעתיקה "טבריא", וואו עס וועט אויפגעבויט ווערן א גיגאנטישער דירות פראיעקט פאר חסידי סאטמאר און אלע צרכי רוחני פון בתי מדרשים און בניני המוסדות און אלע ארומיגע צרכים.


שוין עטליכע יאר וואס די ראשי עסקני הקהלה אין ירושלים זענען אריינגעטאן ראשם ורובם אין דעם גראנדיעזן פראיעקט, וואס שטעלט זיך כסדר וואס אמאל ארויס אלס קריטישער נחיצות, ווען דער דירות מאנגל אין ירושלים ווערט שווערער און שווערער, און אויב ביז לעצטנס איז נאך "בית שמש" געווען א לעזונג, איז שוין דארט אויך אויסגעוואקסן און די פרייזן זענען אויסטערליש געשטיגן, איז בהתייעצות וברכת קדשו פונעם רועה נאמן לעדתו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און באגלייט דורך בנו בכורו הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א, באשלאסן געווארן צו גרינדן די נייע קהלה אין טבריא, וואס איז די לעצטערע יארן געווארן אן אויפבליענדע שטאט מיט צענטערן פון עטליכע גרויסע היימישע קהלות מבני ישוב הישן, ווי תולדות אהרן און נאך.


עס איז געלאזט געווארן אין שוואונג א "הרשמה", וואס האט געברענגט א גענצליך אומגערישטע מספר פון איינגעשריבענע אנ"ש חסידי סאטמאר וואס זענען מוכן ומזומן צו זיין פון די תושבים אינעם נייעם סאטמארער געגנט אין טבריא. נאכ'ן זען די גינסטיגע רעזולטאטן און גרייטקייט פונעם ציבור "ארויסצוגיין וואוינען", האבן די עסקנים זיך ווידער פארבינדן מיט'ן רבי'ן שליט"א, איבערגעבנדיג א רעפארט און אלע דעטאלן, דער רבי האט געגעבן ברכת קדשו, ווען נאך אין דעם טאג האט מען אנגעהויבן גיסן די יסודות פאר די נייע דירות!


פון די שטערקסטע מעלות וואס טבריא האט, אז אלע שטחים און בנינים האבן די אפציע געבויט צו ווערן גענצליך על טהרת הקודש, אן דארפן צוקומען צו געניסן פון די ציוניסטישע רעגירונג און ניטאמאל פון די לאקאלע שטאטראט, א מציאות וואס איז נישט מעגליך אין בית שמש און אין אנדערע פלעצער. אין די יעצטיגע טעג ווערן שוין טאקע געמאכט די העפטיגע פלאנירונגען אויפצובויען די בנינים אדירים פאר די צרכי הקהלה והמוסדות על טהרת הקודש, לנחת רוחו הטהורה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.

Comments


bottom of page