top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב 45 איז מנחם אבל ביי מקורבו הרה"ח ר' חנוך סגל ראש הקהל דחסידי באבוב 45 בארה"ק

מאנטאג פ' תרומה • ג' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


כ"ק האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועלכע האט היינט צופרי געלאנדעט אין ארץ ישראל איז אין די נאכמיטאג שעהן אנגעקומען אויף ניחום אבלים אין שטוב פון הרב החסיד מוה"ר חנוך סגל הי"ו ראש הקהל באבוב 45 בארץ הקודש, נאך די פטירה פון זיין רעבעצען ע"ה. דער רבי שליט"א האט פאר א לענגערע צייט ארומגערעט לשבח פון די מעשי צדקה וחסד פון די חשובע נפטרת ע"ה בעיקר אז זיי האבן זוכה געווען צו זיין די אכסני' של תורה פונעם שווער הרה"ק מבאבוב זיע"א ביי זיינע באזוכן אין ארץ ישראל.


דער רבי שליט"א האט געדאווענט מנחה בבית האבלים אין דערנאך צוריק צום אכסני'. נאך מעריב איז דער רבי שליט"א אריבער צום ביהמ"ד דחסידי באבוב 45 אין בני ברק וואו די רבי האט מיטגעהאלטן פון דער נאנט ווי די אינגעלייט אינעם כולל ערב זיצן אין לערנען מיט גרויס התמדה.


פון דארט איז דער רבי שליט"א געפארן קיין ירושלים עיה"ק, ווי דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אויף א באזוך אינעם כולל ערב בבית מדרשו ווי עס זענען געזעצן פילע אינגעלייט אין בעלי בתים און הוגה געווען על התורה, די רבי האט ארומגעשמועסט מיטן ראש הכולל הרה"ג רבי פישל וויינבערגער שליט"א אבד"ק טורקא אין איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר אלע לומדי הכולל.


דערנאך איז דער רבי שליט"א אהיים צו די אכסני' אין ירושלים בבית הרב יעקב יוסף שלאף שליט"א.


מארגן צופרי וועט די רבי דאווענען שחרית בבית מדרשו אין ירושלים אין נאכמיטאג וועט דער רבי שליט"א אנקומען אויף א תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי. אויפדערנאכט וועט זיך די רבי שליט''א צוריקקערן למעון קדשו קיין בארא פארק.
















Comments


bottom of page