top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יערליכע באזוך פון האד' ממונקאטש אין זומער קעמפ מחנה 'חיים ושלום' מונקאטש אין קייאמישע לעיק

מאנטאג פ' שופטים • כ"ט אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם - JDN

 

די וואך האט כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט''א אפגעשטאט די יערליכע באזוך אין די זומער קעמפס מחנה 'חיים ושלום' דחסידי מונקאטש, אין קייאמישע לעיק. דינסטאג נאכט איז דער רבי ערשינען בשערי המחנה, און געדאווענט מעריב במעון קדשו אין קעמפ, נאך מעריב זענען די תושבי המחנה דורך שלום געבן. מיטוואך נאכמיטאג איז פארגעקומען א גרויסן מעמד קבלת פנים, דורך דורך די תושבי וילדי המחנה אויפן פעלד אין צענטער פונעם קעמפ, תחת כיפת השמים. דער רבי שליט''א האט משמיע געוועהן יסודותדיגע דברות קודש פאר די חסידים, באזונדער פאר די תושבי המחנה און באזונדער פאר די צעירי הצאן. דערנאך האבן די קינדער אהיימבאגלייט דעם רבי'ן למעון הקודש אינעם קעמפ.


שפעטער אין טאג האט דער רבי באזוכט ביי הגה"צ אבד"ק פאלטישאן שליט''א וועלכע האלט זיך אויף יעדעס יאהר זומער אינעם מונקאשטער קעמפ אויף מנוחת הנפש, וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינעם שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים. אויפן וועג צום קאר ביים פארלאזן די מחנה איז צוגעקומען א יונגל, א יתום, בעטן א ברכה, דער רבי איז געבליבן שמועסן מיט אים פריוואט אויפן טאראסע פאר א האלבע שעה בערך, און דערנאך אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין בארא פארק.










Comments


bottom of page