דינסטאג פ' ויקרא • ט' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אלקנה קליין
גאר דערהויבענע טעג זענען פאראיבער אויף קהל חסידי קאלוב, וועלכע זענען ארויסגעפארן אינאיינעם מיט כ''ק האדמו''ר מקאליב שליט''א פון ארץ הקודש פוקד זיין די ציון המצויינת פון די אבי השולשלת הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאליב זי"ע אין די יומא דהילולא קדישא ז' אדר, וואס איז באקאנט אלס א מקום מסוגל לישועות.
די דערהויבענע נסיעה האט זיך אנגעהויבן פארלאפענע דאנערשטאג ווען די פמליא פון די רבי שליט"א אינאיינעם מיט די חסידים האבן געלאנדעט אין אונגארן און ארויסגעפארן צו די שטעטל מארגערעטן ווי כ"ק אדמו"ר מקאליב זצ"ל איז געבוירן און אויפגעוואקסן און דארט געפינט זיך די ציון המצויינת פון זיין פאטער הרה"ק רבי יהודה יחיאל מראזלא זצ"ל ואמו הרבנית הצדקנית ע"ה, דארט אינעם אהל אבותיו האט די רבי שליט"א אינאיינעם מיט די ציבור געווידמעט א ספעציעלע תפילה פאר די חינוך הצאצאים מיט זאגן אינאיינעם די מסוגל'דיגע תפילת השל"ה.
די רבי שליט''א האט געפראוועט א דערהויבענע שבת אין קערעסטיר, וואו במשך די שבת האט די רבי מעורר געווען זיך צו מדבק זיין אין די וועגן פון די גרויסע צדיק ר' ישעילע זי"ע וואס האט מקרב געווען יעדע איד און נאר געזען גוטס ביי אידן, די רבי שליט"א האט באטאנט אז דורך דעם וואס מען פירט זיך אין זיינע וועגן קען מען פועלן גרויסע ישועות ביים מקום מנוחתו.
די גולת הכותרת פון די נסיעה איז געוועהן מוצאי שבת ווען תיכף נאך הבדלה האט מען זיך געוואנדען צו די הייליגע שטעטל קאליב וואו מען האט פוקד געווען די ציון הק' און מיט א גרויסע התעוררות האט מען געזאגט ספר רביעי פון תהילים, ווען די רבי שליט"א דינט אלס שליח ציבור, נאך די פרקי תהילים האט די ציבור אינאיינעם בהשתפחות הנפש געזינגען סאלא קאקאש.
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד לחיים אין די הכנסת אורחים נאנט צום ציון הק' און פון דארט האט מען זיך געזעגנט און אהיים מיט הויפענעס ישועות פון אזא דערהויבענע נסיעה.
Comments