top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בית הלוי • נאסטאלגישע דירה פון בעל שבט הלוי זצ"ל וועט פארבלייבן ארגינעל מיט מאסיווע בוי פראיעקט פון דירות

מיטוואך פ' נצבים - וילך • כ"ב אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

אין די טעג איז באקאנט געווארן אז די נאסטאלגישע הויז אין בני ברק אויף רחוב הרב הלפרין 13, מקום משכן כבוד קדושתו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר בעל שבט הלוי זצ"ל גאב"ד זכרון מאיר, איז לעצטנס פארקויפט געווארן פאר א היימישן איד א דעוועלאופער וועלכער וועט פארוואנדלען דעם בנין פאר נייע דירות.


אין דעם בית הגדול האט דער פוסק הדור געוואוינט יארן לאנג ומשם יצאה תורה והוראה לישראל, פון דארט זענען ארויס די פסקים וואס זענען נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל. לאחר פטירתו בשנת תשע"ה האט דארט געוואוינט בנו וממלא מקומו הגה"צ בעל מחשבת הלוי זצ"ל גאב"ד זכרון מאיר, און נאך זיין פטירה בשנת תשפ"א איז זיין אלמנה הרבנית תליט"א דארט פארבליבן וואוינען, ווען אין די זעלבע צייט ווערט א חלק פון די דירה אויך באנוצט דורך ממלא מקומם כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א וועלכער נעמט דארט אויף דעם ציבור, און אן אנדער חלק פון די דירה דינט אלס בית הוראה לויט די בקשה פון הגאון האדיר בעל שבט הלוי זצ"ל אין די צוואה אז זיין הויז זאל פארבלייבן אויף שטענדיג א בית הוראה לישראל.


אצינד ווען א היימישער איד האט ווי געזאגט אפגעקויפט דעם בנין דאס צו פארוואנדלען פאר דירות, האט דער איד פארשפראכן פאר די משפחה פונעם פוסק הדור דער בעל שבט הלוי אפצוהיטן זיין הייליגע צוואה, און אין די זעלבע צייט וואס ער בויט איבער דעם גאנצן בנין וועט אבער דער הייליגער הויז בלייבן אומבארירט און אריגינעל גענוי ווי עס איז געשטאנען די לעצטע צענדליגער יארן, און עס פון דארט ווייטער ארויסגיין תורה והוראה לישראל.

1 Comment


יצחק
Oct 28

מה זה קשור לציבור???

זה בית פרטי שמישהו קנה

Like
bottom of page