זונטאג פ' האזיני • כ"ו אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברעמעלע
פארלאפענעם דאנערשטיג איז פארגעקומען אין בית שמש אן אייגענארטיגע חתונה, ווען כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א האט אונטערגעפירט די חופה דער גר צדק הבחור זוסיא יוסף לדוביץ ני"ו בן אברהם אבינו ע"ה, וועלכער האט מיט עטליכע יאר צוריק זוכה געווען אריינצוקומען לחסות תחת כנפי השכינה, און ביים אריינקומען לבריתו של אאע"ה האט כ"ק אדמו"ר מסקולען-ירושלים שליט"א געדינט אלס סנדק וואו ער האט אים קורא שם געווען 'זוסיא' נאכ'ן זיידן הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל, זינט דאן איז זוסיא יוסף שטארק נתקרב געווארן צו די חצרות הקודש סקולען און באיאן אין ירושלים עיה"ק,
אין די לעצטע תקופה איז דער גר צדק זוסיא יוסף א חתן געווארן אין א מזל'דיגע שעה מיט א חשוב'ע כלה א גיורת וועלכע איז אויך א יתומה ל"ע, און דער סקולענער רבי פון ירושלים האט גענומען אויף זיך דעם שווערן עול פון שאפן אלע הוצאות החתונה. אין א מכתב קודש פאר קהל חסידיו און ישראל קדושים האט דער רבי געבעטן מען זאל אנטיילנעמען אין די הוצאות החתונה און דערמיט מקיים זיין דעם 'ואהבתם את הגר', און אזוי ארום זוכה זיין צו די הבטחה פון 'אם אתה משמח את שלי אני משמח את שלך'.
ביי די חתונה וואס איז פארגעקומען אין די הכרמים זאל אין בית שמש האט דער רבי שליט"א באשיינט די שמחה מבואו ועד צאתו אלס דער עומד מצד החתן, טראץ וואס מען שטייט נאך אצינד בתוך ימי השלושים לפטירת אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל האט די רבי שליט"א אנגעפירט די חתונה ווי א געטרייע טאטע פארן חתן.
איידער די חופה האט דער רבי אנגעטון די קיטל פארן חתן, דער רבי האט אונטערגעפירט גענוי ווי ביי די אייגענע קינדער, מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן הגאון רבי משה בראנסדארפער גאב"ד היכל הוראה, און די רבי איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא, במשך די גאנצע חופה האט די רבי שליט"א מעתיר געווען און שפתותיו מרחשות תפילה ותחנונים למען אחינו בית ישראל.
נאכן חופה האט די רבי שליט"א משמיע געווען מברכות קדשו און מיט א התרגשותדיגע קול אנגעוואונטשן די חתן וכלה, און אלע שושבינים עוזרים ומסייעים וכל העם הנאספים מיט פיל ברכות.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערעבנדיגן ביהמ"ד "באר ישראל" בהנהלת הרה"ג ר' מנחם מנדל פומעראנץ שליט"א יושב ראש מכון עוז והדר וואס האט מיט א טובת עין אהערגעשטעלט זיין בית המדרש פארן רבין שליט"א וויילנדיג אין שטאט, נאך מנחה איז דער רבי ארויף א באזוך צום בעל אכסניא הרב פאמעראנץ ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה וחסידות און דער רבי האט שטארק מאריך געווען בשבח פונעם בארימטן מכון עוז והדר און זייערע פעולות נשגבות להגדיל תורה ולהאדירה, דערנאך האט דער רבי אויפגנומען קהל חסידיו תושבי בית שמש פאר עטליכע שעות לקראת ימי הרחמים והרצון .
שפעטער באנאכט האט זיך דער רבי צוריק געקערט צום שמחת החתונה און ארויס אין פייערדיגע ריקודי קודש מיט די חתן א לענגערע צייט, און דערנאך מיט די שושבינים, באזונדער איז די רבי געטאנצן מיט יד ימינו ונאמן ביתו הרה"ח ר' עקיבא גליק הי"ו וואס האט זיך אסאך אפגעגעבן מיט דעם חתן און אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות אהערצושטעלן די חתונה על צד היותר טוב, דערנאך האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים און מיטגעהאלטן די ריקודין וואו דער ציבור האט זיך משמח געוועהן בשמחת חתן וכלה. עס איז שוין געוועהן שפעט באנאכט ווען מען האט אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צום מצוה טאנץ, און דער רבי איז ארויס אין פייערליכע ריקודין של מצווה לפני הכלה בשלהבת אש קודש.
Comments