מאנטאג חיי שרה • י"ז חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: דודי סגל
פילע חסידי שומרי אמונים האבן זיך פאריגן ליל שישי באטייליגט ביים היסטארישן שמחת הווארט פון חתן כלה אייניקלעך פון הרה"ק בעל חוקי חיים משומרי אמונים זצוק"ל, החתן זון פון נכדו הגדול כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון בני ברק, מיט די כלה בת זקונים פון זיין פעטער כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון ירושלים.
די גרויסע שמחה וואס האט געצויגן אינטערעסע ביים חסידישע אידן אומעטום - איז געפראוועט געווארן ברינה ובצהלה אין ביהמ"ד שומרי אמונים אין ירושלים, וואו מעו מען זיך משמח געווען בשמחת בית צדיקים מיט טענץ און געזאנג. בעפאר די ווארט איז פארגעקומען א באשיידענעם מסיבת לחיים בדרו הפרטי פונעם אבי הכלה האד' משומרי אמונים ירושלים, ווען דערויף זענען די מחותנים האדמור"ים ערשינען אין ביהמ"ד ווערנדיג ענטפאנגען מיט אן התרגשות עצומה דורכן ציבור הנאספים.
מיטן קריאת זכרון דברים איז נתכבד געווארן די זיידע פון חתן כ"ק אדמו"ר מטאלטשאווא שליט"א, חותן המלך פון האד' משומרי אמונים פון בני ברק, און נאכן ברעכן טעלער האט מען זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע ריקודין וועלכע האבן אנגעהאלטן א לענגערע וויילע מיט גרויס התרגשות. די רבי'ס האבן געטריקנען לחיים און איינער דעם אנדערן געוואונטשן ברכות מלא חופניים און דערנאך געוואונטשן דעם גאנצן ציבור. ביים ענדע איז מען דורך ביי די מחותנים האדמור"ים וואונטשן לחיים און מזל טוב.
די שמחת התנאים לכבוד די שידוך שליסן איז באשטימט געווארן אויף קומענדיגע וואך פ' תולדות אין ביהמ"ד שומרי אמונים אין ירושלים במעמד קהל רב חסידים ואנשי מעשה פון ביידע הויפן.
Comments