מאנטאג פ' מצורע • ז' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
נעכטן זונטאג פרשת טהרה ו' ניסן איז אויסגעפאלן די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זצוק"ל ועל ישראל הדרתו אין פלעטבוש יצ"ו וועלכער איז נפטר געווארן פאר פיר יאר צוריק ו' לחודש ניסן. און מנוחתו כבוד אויפן בית החיים בעיר מאנסי יצ"ו.
ווי א יעדעס איז מען זיך צוזאמגעקומען ביומא דהילולא וואו מען האט איבערגעחזרט משנתו של אותו צדיק נשגב, די סעודת הילולא רבתי איז אפגעראכטן געווארן פארגאנגאנעם מוצאי שב"ק פרשת תזריע, חסידים ואנשי מעשה, מעריצים און די צענדליגע מתפללי בית המדרש, רבנן ותלמידיהון אין שפיץ פון די קינדער מרנן האדמורי"ם והרבנים לבית ווערדאן, און די חשובע איידעמער פון רבין דער בעל הילולא זצ"ל, און די צענדליגע אייניקלעך און אור אייניקלעך רבנים, מורי הוראה, מרביצי תורה ויושבי אוהל.
נאכן זיך וואשן צום סעודת הילולא און סעודה דדוד מלכא משיחה האט בנו כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון ירושלים געמאכט דעם סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך די גאנצע עדה הקדושה אינאיינעם, חסידיו ומעריציו. הרה"צ רבי ישראל לייפער שליט"א מווערדאן האט געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה דערנאך האבן אלע קינדער האדמורי"ם געזאגט דעם קדיש דרבנן.
שיינע דברי הערכה וזיכרון איז געהערט געווארן פון א שכן טוב, הגאון חכם משה האוטשעל שליט"א מרבני עדת הספרדים אין פלעטבוש וועלכער פלעגט כסדר אריינקומען צום רבין זצ"ל ווי א חסיד נאמן און זיך אסאך מסתופף געווען בהיכלא קדישא. מיט א לעננגערע דרשה, האט אויפגעטראטן חתנו כבנו הגה"צ גאב"ד אודווארי שליט"א, וועלכער האט א לענגערע צייט דערציילט שיינע ענינים פון בעל הילולא, ארויסברענגענדיג, די ערשטע יארן ווען ער האט חתונה געהאט אין די יארן פון תשכ"ח-ט ווען דער דור האט נאך געהאט צדיקים פון פריער'דיגן דור, איז ער שוין דעמאלטס געווען א חידוש, און ארומגערעט איבער זיין דביקות ה' בפרט אין יענע שווערע יארן וואס ער האט מיטגעמאכט, ווען ער האט ליידער פארלוירן זיין ערשטע רביצין ע"ה און איז געבליבן מיט א שטוב פון קליינע יתומים, האט אים דאס גארנישט געשטערט פון זיין התמדת התורה.
כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון בארא פארק האט פארגעזינגען די ניגוני קודש וואס דער רבי זצ"ל פלעגט כסדר זינגען בעידן חדוותא. עס איז שוין געווען שפעט ווען הרה"צ רבי דוד אלי' לייפער שליט"א א זון פון רבין זצוק"ל האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס און דער עולם איז זיך צוגעגאנגען מיט גרויס דערהויבנקייט.
צומארגנס זונטאג נאכמיטאג איז ארויסגעפארן א באס צום ציון המצוינת ומנוחת קדשו פונעם בעל הילולא. עס האט דארט אפגעווארט א גרויסער עולם תלמידים וחסידים פונעם ווערדאנער רבין זצ"ל, מען האט פארגעזאגט די מזמורי תהלים. דערנאך האבן די קינדער אדמורי"ם שליט"א געליינט קוויטלעך ביים ציון הקדוש און דער עולם איז א דורך לברך ולהתברך בכל מילי דמיטב. דורכאויס די גאנצע מעת לעת פונעם יארצייט האבן זיך הונדערטער אידן אדורכגעדרייט ביי דעם מקום מסוגל ישועות, וואו עס איז געווען צוגעשטעלט על צד היותר טוב, אלע איינריכטונגען ליכט, קוויטל פאפיר און אכילה ושתיה מיט באזונדערע שאטערס פאר מנינים.
זכר צדיק לברכה לחיי העולם הבא.
Comments