דאנערשטאג פ' שמיני • כ"ה אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
היינט איז געשלאסן געווארן די שיינע רבישע שידוך בחצרות צאנז, סטראפקוב - און לעלוב, החתן א זוהן פון המשפיע המפורסם הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב מיט הכלה א אייניקל פון כ"ק האדמו"ר מצאנז שליט"א, א טאכטער ביי בנו הגה"צ רבי אברהם הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז טבריה והגלילות איידעם ביי כ"ק האדמו"ר מסטראפקוב שליט"א.
די שמחת קישור החיתון איז פארגעקומען היינט נאכמיטאג במעון קדשו פונעם זיידן כ"ק האדמו"ר מצאנז שליט"א אין נתניה, די קומענדיגער וואך פ' תזריע ווערט געפלאנט די שמחת התנאים במקהלות אלפי חסידים אין קרית מלך רב - קרית צאנז.
Comentarios