top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשורה טובה אין באיאן: מעדיצינישע פראצעדור ביים רבי'ן דורך מיט הצלחה

מאנטאג פ' בהעלותך • י"א סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: באדיבות המצלם

 

מטעם בית כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איז היינט ארויסגעשיקט געווארן א טעלעפאנישע מודעה פאר קהל עדת חסידי באיאן וואו דער גבאי הרב אשר פריזענט הי"ו האט איינגעמאלדן די חסידים אז די רבי שליט"א איז היינט דורכן טאג אריבער א פאראויס-געפלאנטער מעדיצינשער פראצעדור אין שפיטאל, דער באהאנדלונג איז בחסדי שמים אריבער מיט הצלחה און די רבי שליט"א געפינט זיך אין א גוטן געזונט צושטאנד.


וואו דער גבאי האט איבערגעגעבן וועט די רבי שליט"א וויילן די קומענדיגער צוויי וואכן אויף אפרוה, זיך ערהוילן און צוריקקומען צו די כוחות און עס וועט נישט זיין קיין קבלת קהל אין לויף פון די צוויי וואכן. גלייכצייטיג זענען חסידי באיאן מעתיר בתפילה לבריאות השלימות פונעם רבי'ן שליט"א, וחיזוק כוחותיו, לקיים בנו חכמי ישראל.

bottom of page