top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"ג רבי יצחק אברהם יונגרייז שליט"א אויפגענימען אלס דיין ומו"ץ אין ביהמ"ד סאטמאר אויף 306 אין מאנסי

פרייטאג פ' ראה • כ"ו אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

פארלאפענעם זונטאג איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק האדמו''ר מסאטמאר שליט"א אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק א מעמד התמנות פאר א דיין אין ביהמ"ד ייטב לב דסאטמאר אויף 306 אין מאנסי, ווען דער רבי שליט''א האט ממנה געוועהן דעם חשוב'ן תלמיד חכם ומורה ודאין הרה"ג רבי יצחק אברהם יונגרייז שליט"א אלס דיין אין מורה צדק אין די קהילה, במעמד פון די רבנים עסקנים אין די אינגעלייט חברי הקהילה.


דאס ביהמ"ד ייטב לב אויף 306 דינט אלס צענטער לתורה ולתפילה פאר חסידי סאטמאר אינעם געגנט און שטייט תחת נשיאותו הרמה פונעם רבי'ן שליט"א, ובראשות גיסו כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א. בלויז מיט א וואך צוריק איז די הנהלת הביהמ"ד אריין אין קאנראקט אויף א נייע ריזיגע שטח אויפצובויען א בית גדול פאר די געברויך פון הונדערטער חסידי סאטמאר תושבי העיר וועלכע ווילן זיך קובע זיין צו דאווענען אין א סאטמארע ביהמ"ד.


דער נייע דיין דינט שוין לאנגע יאהרן אלס דיין און מורה צדק אין ביהמ"ד טאהש אויף דיקעיטער דאס אין שטאט, און איז ברייט באקאנט איבערן שטאט מיט זיין גרויסקייט בתורה והוראה, ביים אויפנאמע האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' אברהם חיים ליפשיץ מנהל רוחני אין די סאטמארער ישיבה אין קרית יואל ומגבאי הביהמ"ד, דערנאך האט די נייע דיין אויפגעטרעטן מיט ווארימע דיבורים ארויסברעגנדיג די גרויסע זכות וואס ער שפירט צו דינען אלס דיין, און דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בשבחו פונעם ביהמ"ד און בשבח פון די נייע דיין און איהם ווארעם אנגעוונטשן ער זאל קענען זיין עומד זיין על משמרתו להגדיל תורה ולהאדירה.


פון דארט איז מען אריבערגעפארן צום מחנה דרכי חיים אין פארקסוויל וואו הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי ליט"א האלט זיך אויף אין די יעצטיגע טעג במצחית אביו כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א וואו עס איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לחיים לכבוד די התמנות.




Comments


bottom of page