דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ט שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
ברוך דיין האמת
מיט גרויס צער קומט אן די שווערע בשורה פון עיר לאנדאן הבירה, איבער די פטירה בשיבה טובה פון הרבנית הצדיקת הישישה משאץ, הרבנית מרים דייטש ע"ה, אלמנת כבוד הגה"צ ר' משה הלוי דייטש זצ"ל רב ביהמ"ד שאץ אין לאנדאן, אין טיפן עלטער פון איין און ניינציג יאר.
די רעבעצין ע"ה איז געווען א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי יעקב האלבערשטאם זצ"ל פון טשאקאווא, און א באליבטער אייניקל פון הרה"ק רבי שלום משאץ זי"ע, ביי וועם זי האט נאך זוכה געווען צו אויפוואקסן אין די יונגע יארן.
נאכן פטירה פונעם זיידן הרה"ק משאץ זי"ע, האט איר מאן ר' משה זצ"ל אנגענומען די רבנות אין בית המדרש בית שלום שאץ אין די סטעמפארד הילל געגנט, אלע יארן איז די רעבעצין געשטאנען מיט א מורא'דיגע געטריישאפט צו העלפן די שאצע בית המדרש, און געשטאנען צו הילף פאר אלע מתפללים ברוח ובגשם.
די לוויה וועט פארקומען מארגן ערב שבת פארמיטאג פון ביהמ"ד בית שלום שאץ אין לאנדאן, אויפן וועג צו די ארטיגע בית החיים אין ענפיעלד, וואו זי וועט קומען לקבורה סמוך ונראה צו איר גרויסן מאן, און איר גרויסן זיידן הרה"ק משאץ זי"ע.
די רעבעצין לאזט איבער א דור ישרים יבורך, בנין וחתנין רבנן זרע ברך ה', די זיהן הרה"ג ר' סיני דייטש שליט"א אב"ד שאץ לאנדאן, הרב ר' שלום און הרב ר' דוד, די איידימער הגה"צ ר' משה מנחם ווייס שליט"א רב דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין לאנדאן, הגה"צ אב"ד ווילעדניק שליט"א פון מאנסי, הגה"צ ר' שמואל שמעלקא ראבינאוויטש שליט"א אב"ד ביאלא בני ברק, הגה"צ ר' יונתן בנימין כ"ץ שליט"א אבד"ק פאלטישאן סקווירא אין פלעטבוש, און הגה"צ ר' אברהם יחזקאל גרינפעלד שליט"א ראש כולל סאטמאר לאנדאן.
מיט א הערליכע דור ישרים בלי עין הרע, האט די רעבעצין זוכה געווען צו זיין א מחותן מיט א צאל אדמורי"ם ורבנים און גדולי הדור, צווישן זיי כ"ק האדמורי"ם מבאבוב 45, ביאלא, תולדות אברהם יצחק, קרעטשניף סיגעט, תולדות צבי ספינקא, סערדאהעלי, גארליץ, נדבורנא, לינסק, הארנסטייפל, באסטאן, אסטראוו קאלושין, אבד"ק באבוב 45, גאב"ד סאטמאר ב"פ, אב"ד זרע קודש, גאב"ד קארלסבורג, און נאך פילע אדמורי"ם ורבנים.
אויך איז די רעבעצין געווען א שוועגערין פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, וועלכער איז געווען אן איידעם בזיווג שני ביי הגה"צ ר' יהושע הלוי דייטש זצ"ל אב"ד קטמון, און א מומע פאר די אלע טשאקאווא אייניקלעך, האדמורי"ם והרבנים לבית פשעווארסק, לעלוב, זידטשויב חרדים, ספינקא מאנסי, צאנז טשאקאווא, טשאקאווא ירושלים, טשאקאווא בית שמש, גאב"ד צאנז שיכון ג', לייפניק, ליעזש, דעעש ירושלים, אב"ד ביליץ, אב"ד נאסויד, גאב"ד רמת שלמה, הרבנים מלאנצוט און נאך רבנים חשובים.
יהא זכרה ברוך.
Comments