top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מאמשינוב לאזט הערן דעת קדשו איבער נסיעה קיין מירון היי יאהר ל"ג בעומר

דינסטאג פ' בהר • י"ג אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: לפי סעיף 27 א


היינטיגן דינסטאג איז נתפרסם געווארן דעת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אמבאלאנג דאס ארויפגיין קיין אתרא קדישא מירון דעם קומענדיגן יום ל"ג בעומר, אין צייט וואס די מדינת ישראל אינסטאנצן האבן ארויפגעשטעלט שווערע באגרעניצונגען אויף דער הר מירון אומגעגנט צוליב די אנגייענדע מלחמה צושטאנד.


דער אמשינובער רבי איז היינט אנגעפרעגט געווארן דורך עטליכע פון די חסידים כדת מה לעשות צו מען זאל ארויספארן קיין מירון אום ל"ג בעומר, אויף וואס די רבי האט געענפערט אז לעת עתה זעהט ער נישט קיין חשש סכנה ארויפצוגיין קיין מירון, דער רבי האט געזאגט אז ער איז נישט חושש פון פליענדע ראקעטן, כאטש וואס עס פליען כסדר מיסעלס אין ריכטונג פון מירון, איז דער גאנצע בארג פונעם ציון הק' געבליבן אומבארירט, און דעריבער האט די רבי געלאזט הערן זיין מיינונג אז מען קען פארן קיין מירון, און מען זאל אכטונג געבן זיך נישט צו דערנענטערן צום הר מירון וואו עס געפינט זיך א מיליטערישע באזע, וואס איז אין די לעצטע חדשים געצילט געווארן און איז בחזקת מקום סכנה.


אויך איז אין די טעג איבערגעגעבן געווארן די הוראת הקודש בנוגע די קינדערעך וואס די פלאן איז געווען צו האבן חאלאקע היי יאר ל"ג בעומר. אין ליכט פון דעם וואס דער אמשינובער רבי'ן האט אנעגענימען הלכה למעשה וואס עס ווערט געברעגנט על פי קבלה אז מען טאר זיך נישט שערן די האר בימי הספירה נאר אין טאג פון ל"ג בעומר אין דייקא אין אתרא קדישא מירון, דערפאר אויב א קינד איז געווארן דריי יאר אלט צווישן פסח און ל"ג בעומר זאל ער מאכן די חאלאקע ל"ג בעומר אין מירון, די אלע וואס די יום הולדת איז צווישן ל"ג בעומר און שבועות זאלן זיך שערן הערשט ערב שבועות.


אין א גאר אינטערסאנטע פסק האט די רבי שליט"א געזאגט אז אלע חסידים וואס האבן קינדער וואס ווערן דריי יאר נאך תשעה באב זאלן שוין ווארטן מיט די אפשערן ביז קומענדיגע יאר ל"ג בעומר און מאכן חאלאקע אי"ה אין מירון נעקסטע יאר תשפ"ה הבעל"ט.


נאך א מערקווערדיגע נקודה וואס די רבי האט געהייסן איבערגעבן איז אז אפילו אויב איינער געפינט זיך אין מירון טאר מען נישט אפשערן נאר ביים חצר המערה זעלבסט און נישט אין די נייע צוגעלייגטע 'מתחמים' וואס זענען צוגעלייגט געווארן די לעצטערע יארן.

bottom of page