דינסטאג לך לך • ד' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
חסידי סלאנים זענען אונטער'ן אומפארגעסליכן רישומא קדישא נאכ'ן מיטלעבן אן עקסטאזליכע חגיגה אדירה ונהדרה, "סיום סדר מועד והתחלת סדר נשים" אין ראם פון די חבורה "באר חיינו" וואס איז דעם מיטוואך נאכט געפייערט געווארן מיט איבערגיסנדע שמחת הלבבות דורך די טויזנטער חסידים זקנים עם נערים אין די פראכטפולע "די סיטי" זאלן וואס האט געדינט אלס פרעכטיגע אכסניא של סיום הגדול.
צו די באשטימטע שעה זענען די טויזנטער חסידים אנגעקומען מיט באסעס וואס זענען ארויסגעפארן פון אלע שטיבלעך פון גאנץ ארה"ק, אריינקומענדיג אין זאל איז מען געווארן אנטציקט פון די מחזה מפוארה ווי אזוי דער זאל איז געווארן מאיעסטעטיש אויסגעצירט און צוגעגרייט לכבוד התורה ולומדי'. נאכ'ן זיך וואשן צו א רייכע סעודה לגומרה של תורה איז דער מעמד געעפנט געווארן דורך הגה"ח ר' מתתי' וויינבערג מרבני חסידי סלאנים ומראשי ישיבת באיאן אין ירושלים וואס האט ארויסגעברענגט מיט התרגשות די גרויסקייט פון די נאכט. דערנאך האט מען געהערט די דבר הקהלה דורך הגה"צ רבי אהרן ווייס מרבני קהילת סלאנים וואס האט מעלה געווען בחשיבות החבורה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד הגה"ח המשפיע רבי נפתלי גראס מראשי ישיבות וויזניץ בראכפעלד וואס האט מיט לענגערע ווערטער ארויסגעברענגט דעם סיום דורך א חבורה. דערנאך האט מען געהערט די טרעפליכע חרוזים דורכ'ן בדחנא דמלכא הרה"ח ר' חיים געטער לכבוד המעמד.
מיט א חרדת קודש האט מען דאן מקבל געווען את פני הקודש פונעם מנהיג העדה ונשיא החבורה כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, קומענדיג צו פארן פונעם שריד בית מקדשינו כותל המערבי און דארט מתפלל געווען א לענגערע צייט לישועתן של ישראל און פון דארט אריבערגעפארן צום מעמד הנהדר. דער ציבור האלפים האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט פייערליכע שירה וזמרה, וינועו אמות הסיפים. דער רבי האט זיך אוועקגעזעצט און זיך געוואשן צו די סעודת מצוה און מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד הסיום. דער רבי האט מסיים געווען די מסכת חגיגה און געזאגט קדיש, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט אויף פלאם פייערדיגע טענץ בשמחת התורה.
דאן האט מען זוכה געווען צו הערן דברות קודש חוצבים להבות אש פונעם רבי'ן שליט"א, לענגערע יסודות'דיגע דברי חיזוק והדרכה פאר די אלפי הלומדים והמסיימים, ארומקאכנדיג איבער די מעלות וסגולת לימוד התורה בחבורה, און דאן מאריך געווען איבער די נסיונות הזמן און די איינציגסטע עצה זיך צו קענען האלטן שטארק קעגן די נסיונות איז דורכ'ן כח פון לימוד התורה בחבורה.
דער מעמד איז נמשך געווארן מיט לענגערע ריקודין עילאין דורכ'ן גאנצן ציבור אויף א גאר געהויבענעם פארנעם. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שריים פאר אלע מגידי שיעורים במסגרת החבורה, און פאר אלע עסקני החבורה. שפעטער איז ארויפגעקומען דער מנהל החבורה הרה"ח ר' ישראל וויינבערג וואס שטייט אין שפיץ פון די הרמת קרן התורה בקרב הקהלה אנפירנדיג מיט די פארצווייגטע פעולות החבורה "באר חיינו" מיום הוסדה, און באזונדער געשטאנען אין שפיץ פון די היינטיגע חגיגה נהדרה. דער רבי האט במאור פנים דערלאנגט פאר ר' ישראל פירות, און אים דערביי באדאנקט פאר זיינע געטרייע לייסטונגען להגדיל תורה ולהאדירה.
דערנאך האט דער רבי געווארפן "עפל" און דער עולם האט זיך געריסן צו קענען עררייכן אין באזיץ פון די תפוחין קדישין. די בעלי מנגנים האבן ממשיך געווען מיט ניגוגני דביקות ושמחה, און דערנאך האט דער רבי גענומען דעם מייק און אויסגעדרוקט בשער בת רבים א דאנק פאר די עסקני הסיום, און זיך אויסגעדרוקט אז כאטש מ'זעט דא דעם גאנצן זאל ארום און ארום זעט מען נישט 'לעכאוויטש' און אויך נישט 'סלאנים'... אבער די עסקנים האבן געזאגט אז זיי האבן נישט געטראפן קיין אנדערן פאסיגן זאל נאר צו מאכן אין דעם טייערן זאל, און אויך אז מ'האט עס באקומען זייער ביליג, האט ער בדיעבד מסכים געווען צו מאכן אין אזא זאל.
דערנאך האט דער רבי געבענטשט על הכוס, און פארטיילט כוס של ברכה פאר'ן אויבן-אן און פאר די זקני אנ"ש און מ'האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה.
Comments