דינסטאג פ' ויצא • ב' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברמי ברגער
מאסן תושבי לעיקוואד זענען נאך אונטרן רושם נאכ'ן מיטלעבן די געהויבענע שעות מלאים רגש בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ביים באזוך פון רבי'ן שליט"א אין די שטאט, וואס איז אפגעראכטן געווארן נעכטן זונטאג, לפאר על ראש שמחת הקהילה די מעמד הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן צום ביהמ''ד 'צלותא דשלמה' באבוב אין שטאט נדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' ישראל בלוי הי"ו.
נאמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין לעיקוואד, אין באגלייטונג פון אן ענגן קרייז מקורבים. דער רבי שליט"א איז גלייך צוגעפארן צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' דניאל ראטענבערג הי"ו מגדולי תומכי המוסדות וואו דער רב שליט"א האט זיך באגריסט מיט הרה''צ ר' מרדכי טווערסקי שליט''א בנו הגדול פון האדמו"ר מטשערנאביל און מיט הנגיד החסיד ר' אביש בראדט הי"ו.
בשעה 2:00 אזייגער איז די תהלוכה ארויס פון שטוב פונעם נדבן, הרה''צ ר' חיים שלום הלברשטאם בנו הגדול פונעם רב שליט"א האט ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר ווי די ציבור האט זיך מיטגעפריידט בשמחת התורה לענגאויס די גאסן פון שטאט וביניהם האט זיך משתתף געווען הגאון הגדול ר' מלכיאל קאטלער ראש ישיבת בית מדרש גבוה דלעיקוואד. בשעת די תהלוכה האט מען געהאט די זכיה לקבל פני הקודש פונעם מנהיג העדה כ''ק אדמו"ר מבאבוב שליט''א וואס האט איבערגענימען די ספר תורה און געטאנצן מיט די נדבן ובני משפחתו ביז צום בית מדרש, ווען אינצווישן זענען מכובד געווארן צו טאנצן מיטן ספר תורה הגה''צ ר' אברהם חיים הלברשטאם אב''ד רודניק לאס אנדזשעלעס, אב"ד קהל חסידים וועסטגעיט, אב''ד חתן סופר לעיקוואד, אב''ד ווישניצא לעיקוואד און נאך.
די רב שליט"א האט אריינגעפירט דעם ספר תורה אין ביהמ''ד וואס איז געווען אויסשטעלט מיט הויך שטאקיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן מלא על כל גדותיו עד אפס מקום, צוליב די געדרענג אין ביהמ''ד האט מען אויפגעשטעלט א שאטער אין חצר פון ביהמ''ד פאר די צענדליגע קינדער און אידן וואס האבן נישט געקענט מיטהאלטן די מעמד אין ביהמ"ד צוליב די ריבוי עם.
די רב האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין מיט גרויס התלהבות און פאר לענגערע מינוטן געטאנצן בשלהבת אש קודש הייבנדיג די פיל קעפיגער ציבור אין די העכערע ספערן, דערנאך האט די רב אריינגעפירט די ספר תורה אין ארון קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות און די קאפעליע האט פארגעזינגען ובנוחה יאמר.
עס איז דאן אפגעראכטן געווארן א שולחן לחיים וואו מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות און די רב האט משמיע געוועהן לענגערע דברות קודש און דברי הדרכה מפום ממלמל רברבן פאר די בני הקהילה אין לעיקוואד, וואו ער האט אויסגעשמועסט די יסודות פון א חסידישע שטיבל און וועגן זיך האלטן באחדות און דערמאנט לשבחו פונעם נדבן וואס איז א גומל חסד און קובע עתים לתורה און האט מסיים געווען ש''ס לרגל די הכנסת ספר תורה. דערנאך איז די גאנצע ציבור אדורך וואונטשן לחיים און זיך געזעגענען, וואו די רב האט יעדער באזונדער געוואונטשן בפנים מאירות.
Comments