דאנערשטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט אן אויסטערלישע התרוממות עילאה און חרדת קודש ווערט אויפגענומען ביי חסידי סאטמאר אלוועלטליך די בשורה נרגשת אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט אונטערנעמען א מסע הקודש לערי אבותיו הקדושים זי"ע לרגל די הילולא קדישא פונעם ראש השושלת לצדיקי עצי התמרים, דער הייליגער ישמח משה זי"ע, וואס געפאלט דעם קומענדיגן שב"ק פרשת מטות-מסעי כ"ח תמוז.
לויט'ן פלאן וועט דער רבי שליט"א זיך ארויסלאזן ענדע וואך פר' מטות מסעי פונעם מקום הנופש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר, אויפ'ן וועג קיין רומעניע, און אפרעכטן בנהירו עילאה דעם שבת הילולא כ"ח תמוז אינעם עיר האבות סיגוט, אינאיינעם מיט פילצאליגע חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער וועלט וואס וועלן אריינכאפן די זכי' מיטצולעבן דעם שבת.
צומארגנס זונטאג דברים, למחרת פון די הילולא, וועט זיך דער רבי ארויסלאזן בראש קהל רב פון רומעניע קיין אונגארן, צום עיר האבות אוהעל, פוקד צו זיין און מעתיר זיין בתפלה ביים ציון הק' פון משה איש האלקים דער הייליגער ישמח משה, להפקד בדבר ישועה ורחמים. אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט די העפטיגע אראנדזשירונגען מסדר צו זיין די פילע דעטאלן פון די נסיעה רוממה, וואס אנטשפרעכט צו זיין א יומא אריכתא פון אומבאשרייבליכע התעוררות און הייליגע שעה'ן פון התרוממות הנפש בצל קדשם פון די אבות החסידות זי"ע.
ויושר יליצו בעדינו חיות אש
تعليقات