top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הכרזת קודש פון האד' מסאטמאר פאר תלמידי ישיבות קטנות לקראת ימי הפורים המשמשין ובאין

זונטאג פ' ויקרא • ז' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויסגעדריקט רצון קדשו איבערצוגעבן א וויכטיגן ענין פאר די הונדערטער בחורי חמד תלמידי הישיבות קטנות דסאטמאר אין וויליאמסבורג לקראת ימי הפורים המשמשין ובאין.


די רבי שליט"א האט איינגעמאלדן פאר אלע מנהלים רוחניים פון די סאטמארע ישיבות קטנות אין וויליאמסבורג איבער א הכרזה וואס ער וועט איבערגעגבן דעם מוצאי שבת פאר די בחורי חמד. דעם שב"ק בעת רעווא דרעווין האבן זיך פארזאמלט די קרוב צו טויזנט תלמידי הישיבות הקדושות אויף שלש סעודות במחיצת הקודש אין גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג, און נאך הבדלה האט די רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש און דברי הדרכה פאר די בחורי חמד.


די רבי שליט"א האט אנגעהויבן איבער די הכנה דרבה וואס מען גרייט זיך לקראת די הייליגע טעג פון פורים, און מעורר געווען איבער דאס ארומגיין נאך געלט ביום הפורים, וואס פאדערט א זהירות יתירה אין שמירת עיניים, מען זאל אכטונג געבן גיין נאר אויף אויסגעהאלטענע מקומות און חס ושלום נישט נכשל צו ווערן מיט ראיות אסורות.


אויך האט די רבי מעורר געווען אז אין דעם טאג ווען עס איז געווארן איינגעפירט אז די בחורים גייען אנגעטוהן מיט פארשידענע סארט בגדים, מאכט זיך אז מען פארגעסט אמאל צו גיין מיט א כיסוי ראש, וואס ביי חסידים האט מען זיך זייער אכטונג געגעבן צו גיין אנגעטוהן שטענדיג מיט א הוט אויפן קאפ, און די בחורים זאלן זעהן אין דעם הייליגן טאג פון פורים מקפיד צו זיין און גיין אנגעטוהן מיט א כיסוי ראש.




Comments


bottom of page