מאנטאג פ' שמיני • כ"ב אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
היינט פארמיטאג איז כ"ק האדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך בבית האכסניא פון מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' וועלכער וויילט די טעג אין בשכיונת פון קרית צאנז נתניה אויף אפרוה.
עס איז ארומגעשמועסט געווארן פארשידענע נושאים העומדים על הפרק, די אנגייענדע מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל, די פרישער גיוס געזעץ דורך די שונאי הדת אין די ציוניסטישע בג"ץ, וואו דער גאון האו זיך אויסגעדריקט אז די יסוד פון דעם גזירה איז אז מען איז נהנה פון די רעגירונג אין זייערע געלטער און אצינד קומען זיי מיט א תביעה, עס איז נישט פארהאן קיין אנדערע אפציע נאר ארויסגיין אין לוחם זיין און חלילה נישט איינגיין אויף קיין שום פשרה. דאן איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס איבער הלכות ומנהגי יו"ט פסח, און דער פוסק הדור האט מכבד געוועהן דעם רבי'ן שליט"א מיט לחיים ונפרדו לשלום.
Comments