top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בית שמש • חסידי משכנות הרועים לעבן מיט גאר געהויבענער שבת בצל רבם ומאורם האד' ממשכנות הרועים

דינסטאג פ' ויקרא • ט' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א גאר געהויבענער שבת איז געפראוועט געווארן אין קרית נחלה ומנוחה אין שטאט בית שמש ווען חסידי משכנות הרועים תושבי השכונה מיט נאך הונדערטער תושבי העיר בית שמש האבן זוכה געווען צו מיטלעבן לעכטיגע שעות פון התחזקות והתעלות בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א וועלכער האט זיך מטריח געווען בטירחא דגברא רבה צו קומען אפרעכטן דעם שב"ק אין שטאט.לרגל דעם גרויסן שבת, איז ארויסגעדינגען געווארן א גרויסער צענטער אינעם געגנט וואס זאל קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס האבן געשטראמט פון אלע עקן צו מיטהאלטן אלע תפילות און טישן בצל הקודש.


דורכאויס דעם גאנצן טיש בליל שבת קודש האבן געשטראמט פילע רבנים ודיינים שליט"א פונעם גאנצן געגנט, אינאיינעם מיט הונדערטער תושבי השכונה והעיר וואס האבן געהאט די זכיה להסתופף בצל הקודש.


שבת אינדערפרי נאכן דאווענען איז פארגעקומען לכבודו פון רבי'ן א קידושא רבא אינעם "בית המדרש משכנות הרועים" אינעם געגנט, דער רבי האט דערציילט שיינע זכרונות איבער הרה"ח ר' אברהם מרדכי ברייטשטיין זצ"ל ספרא דדיינא פון ביד"צ העדה החרדית, אויף וועמענס נאמען דער בית המדרש 'מדרכי אברהם' ווערט אנגערופן, און דער יארצייט איז געפאלן מוצש"ק פקודי.


צו שלש סעודות זענען ווידער געקומען צוגיין פילע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, בחורי חמד און צעירי הצאן, וואס האבן מיט א ווארעמקייט מיטגעהאלטן דעם גאנצן שלש סעודות. א ספעציעלע התעוררות האט געהערשט ביי די לענגערע דברות קודש חוצבים מלהבות אש וואס דער רבי האט משמיע געווען, ארומרעדנדיג איבער די חשיבות פון טוהן פעולות למען כבוד שמו יתברך, און אינזין האבן דעם כבוד פון באשעפער אויך ווען מען איז עוסק אין פשוט'ע זאכן, און אויך איבער דעם חיוב פון הוי דן את כל אדם לכף זכות.


נאך מעריב ברוב עם, איז דער גאנצער ציבור ארויס לרחובה של עיר צו קידוש לבנה, און דאן אריבער דעם רבי'ן שליט"א ווינטשן א גוטע וואך און א גוטע חודש.













Comments


bottom of page