דינסטאג פ' פנחס • י"ז תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
קדשו צום קראו עצרה וזעקו אל השם
אין ליכט פונעם מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועלכע איז פאריגע וואך אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און ליידער איז דער מצב נאכנישט געגאנגען צום בעסערונג, די רבי שליט"א געפינט זיך נאך אין די איי. סי. יו. אפטיילונג אין שפיטאל זייענדיג אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים, איז היינטיגן צום שבעה עשר בתמוז - יום תפילה ותחנונים באשטימט געווארן מערערע מניני תפילה בכל תפוצות ישראל איינצורייסן פאר די גענצליכע רפואה פונעם רבי'ן שליט"א מרן ישעי' יעקב בן ריזל.
היינט נאכמיטאג בשעה 6:30 וועט מען זיך צוזאמקומען אויסזאגן גאנץ ספר תהילים אין אלע סקולענער בתי מדרשים, אריינגערעכנט בארא פארק, מאנסי, וויליאמסבורג און מאנטריאל. אויך וועט פארקומען א מנין תהילים ביים ציון הק' פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין קרית יואל בשעה 5:30 נאכמיטאג.
מטעם מערערע קהילות הקודש ברחבי ניו יארק איז אין די טעג ארויסגעשטעלט געווארן מודעות מיט א רוף צום ציבור מרבה צו זיין בתפילה פארן סקולענער רבי'ן שליט"א וואס רבים צריכים לו.
וְשִׁבְעָה עָשָׂר בְּתַמּוּז הֲפָךְ לָנוּ לְיוֹם יְשׁוּעָה וְנֶחָמָה.
Comentários